ווי אַמעריקע וואָלט געדאַרפֿט באַקעמפֿן ISIS

How the US Should Be Battling ISIS

סירישע פּליטים קומען פֿון טערקײַ צוריק אין סיריע אַרײַן, נאָך דעם ווי די קורדן האָבן פֿאַרנומען די טעריטאָריע פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟
Getty Images
סירישע פּליטים קומען פֿון טערקײַ צוריק אין סיריע אַרײַן, נאָך דעם ווי די קורדן האָבן פֿאַרנומען די טעריטאָריע פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟

פֿון שבֿע כּהן

Published July 01, 2015, issue of July 24, 2015.

דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק האָט אויסגעוויילט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, כּדי ער זאָל טאָן פּונקט פֿאַרקערט אין מיטל־מיזרח איידער דזשאָרדזש בוש; איז פֿאַרוואָס פֿירט ער אַ מלחמה אין איראַק און סיריע, אין וועלכע ער דערלאָזט די זעלבע פֿעלערן, ווי בוש האָט געמאַכט אין אַפֿגאַניסטאַן און איראַק, אָבער נאָך מער עקסטרעם?

די „איסלאַמישע מדינה‟ (ISIS) איז נישט זייער שטאַרק. זי שעפּט כּוח פֿונעם טרויעריקן פֿאַקט, אַז די אַראַבישע אַרמייען זײַנען פּשוט שלעכטע. די איסלאַמישע מדינה איז קליין און איר שטיצע קומט נישט פֿון די אָרטיקע מענטשן, נאָר פֿון דעם, וואָס זי האָט אַ שם צו דערלאָזן מוסולמענישע יאַטן צו ווילדעווען. אין אַ נאָרמאַלער מדינה מיט אַ נאָרמאַלער רעגירונג וואָס הערשט איבער די גרענעצן און די וועגן, וואָלט די „איסלאַמישע מדינה‟ נישט געקענט אויסהאַלטן אַפֿילו איין טאָג.

בקיצור, עס וואָלט געווען רעלאַטיוו גרינג צו מאַכן אַ סוף צו דער „איסלאַמישער מדינה‟, אויב מען וואָלט גענוצט די ריכטיקע כּלים. צום באַדויערן, וועט די אַמעריקאַנער קאָאַליציע דאָס קיין מאָל נישט טאָן, ווײַל דעמאָלט וואָלט זי געדאַרפֿט פֿירן אַן אַסימעטרישע מלחמה, דאָס הייסט, אַ מלחמה צווישן אַן אַרמיי פֿון איין זײַט, און דער מיליץ פֿון דער צווייטער זײַט.

אַסימעטרישע מלחמות זײַנען נישט פּאָפּולער צוליב צוויי סיבות. ערשטנס, האָבן זיי געוויינטלעך נישט קיין קלאָרן סוף. אַ מלחמה צווישן מדינות ענדיקט זיך מיט עפּעס אַ הסכּם. אַ מלחמה קעגן אַ מיליץ ענדיקט זיך דערמיט, וואָס די מיליץ איז נישט מסוגל צו ברענגען ממש אַ גרויסן שאָדן. למשל, די קאָאַליציע וואָלט געקענט צעשטערן די אינפֿראַסטרוקטור פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟, אָבער זי וואָלט נישט געקענט אָפּשטעלן אַן עקסטרעמיסט, וואָס אַרבעט אַליין אין פֿראַנקרײַך, צו פּלאַנירן און דורכפֿירן אַן אַטענטאַט אין נאָמען פֿון אַבו באַקער אַל-באַגדאַדי.

די צווייטע סיבה איז, אַז אַן אַסימעטרישע מלחמה פֿאָדערט אַ גרויסע צאָל זעלנער אויפֿן שטח. לויט די כּללים פֿון מיליטערישער סטראַטעגיע דאַרף מען האָבן אַרום איין סאָלדאַט אויף 10 מיליץ־קעמפֿער. די ראָלע פֿון די סאָלדאַטן איז נישט ממש צו קעמפֿן קעגן דער מיליץ, נאָר צו האַלטן אַן אויג אויף די קעמפֿער; צו ווערן פֿרײַנדלעך מיט דער היגער באַפֿעלקערונג, אָפּשטעלן סײַ די וואָפֿנס, סײַ דאָס עסנוואַרג אויפֿן וועג צו דער מיליץ; און אין אַלגעמיין — מאַכן דאָס לעבן פֿאַרן שׂונא שווער, דערבײַ נישט דערלאָזן, אַז די היגע זאָלן פֿילן אַ סימפּאַטיע צו אים.