„גיי‟־חתונות און די ייִדן

Gay Marriage and the Jews

Getty Images

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 02, 2015, issue of July 24, 2015.

פֿרײַטיק, דעם 26סטן יוני, האָט דאָס העכסטע אַמעריקאַנער געריכט געפּסקנט, אַז די אַמעריקאַנער שטאַטן טאָרן ניט פֿאַרווערן חתונות צווישן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער. דער פּסק־דין האָט עפֿעקטיוו לעגאַליזירט די „גיי‟־חתונות איבערן גאַנצן לאַנד.

דער באַשלוס מצד דעם העכסטן געריכט צו פֿאַרוואַנדלען די פֿאַראייניקטע שטאַטן אינעם 21סטן לאַנד, וואָס אָנערקענט די חתונות פֿון פּאָרפֿעלקער פֿונעם זעלביקן מין, איז געווען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ ריזיקער ענדערונג אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, וואָס שייך איר באַציִונג צו די האָמאָסעקסואַליסטן. אין די 1960ער יאָרן, למשל, האָט מען נאָך אַלץ אָפֿיציעל געהאַלטן „גיי‟־אַמעריקאַנער פֿאַר מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַ פּסיכישער קראַנקייט, און דאָס העכסטע געריכט האָט נאָר מיט 12 יאָר צוריק, צופֿעליק אויך דעם 26סטן יוני, געפּסקנט, אַז די שטאַטן טאָרן ניט אַרעסטירן מענטשן צוליב דעם, וואָס זיי האָבן האָמאָסעקסועלע סעקס.

אין די לעצטע 50 יאָר האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער פֿאַקטיש אין גאַנצן געביטן זייער מיינונג וועגן זייערע „גיי‟־מיטבירגער פֿון אַן אָפֿענער פֿײַנטשאַפֿט ביז צום גלייבן, ווי עס גלייבן הײַנט אַרום 60% פּראָצענט אַמעריקאַנער, אַז זיי זאָלן קענען חתונה האָבן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ניט די גאַנצע אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איז מסכּים מיט דעם ענין, אָבער וואָס איז יאָ בולט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ 20 יאָר צוריק, איז אַז ס׳איז אין גאַנצן ניט אָנגענומען אין דער געזעלשאַפֿט צו קריטיקירן אָדער דיסקרימינירן קעגן מענטשן, צוליב דעם וואָס זיי זענען „גיי‟. דערצו הערט מען איצט פֿון ס׳רובֿ קעגנער פֿון די האָמאָסעקסועלע חתונות, אַז זיי האָבן ניט פֿײַנט די האָמאָסעקסואַליסטן אַליין און האַלטן ניט, מע זאָל קענען דיסקרימינירן קעגן זיי אין פֿאַרשידענע אַנדערע לעבנס־געביטן, ווי למשל, בײַ דער אַרבעט, בײַם קויפֿן הײַזער אאַוו; זיי זענען אָבער ניט מסכּים מיטן „פֿאַרברייטערן‟ דעם זין, וואָס עס מיינט חתונה צו האָבן. די שטיצער פֿונעם אַנדערן צד האָבן יאָ, פֿאַרשטייט זיך, טענות צו דער דאָזיקער שיטה, הגם זי ווײַזט ווי ווײַט עס האָט זיך געביטן די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט: מיט פֿערציק יאָר צוריק האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער געשטיצט די געזעץ־פּראָיעקטן ניט צו דערלאָזן, אַז די האָמאָסעקסואַליסטן זאָלן קענען לערנען קינדער אין אַ שול, אַרבעטן פֿאַר דער רעגירונג אָדער דרוקן מיינונגס־אַרטיקלען וועגן זייער סעקסועלער אָריענטאַציע. הײַנט שטיצט שוין כּמעט קיינער ניט אין אַמעריקע אַזאַ יורידישע דיסקרימינאַציע.

וועגן דער ייִדישער ראָלע אין דער באַוועגונג לטובֿת די רעכט פֿון די האָמאָסעקסואַליסטן וועט מען זיכער שרײַבן אַ סך ביכער, אַקאַדעמישע אַרטיקלען און דיסערטאַציעס. ס׳איז ניט צופֿעליק, וואָס אַ סך פֿון די פּראָמינענטע „גיי‟־אַקטיוויסטן, ווי למשל, האַרווי מילק, לערי קריימער, בעטינאַ אָפּטייקער און פֿרענקלין קיימעני זענען, אָדער זענען געווען, ייִדן. עווען וואָלפֿסאָן, וואָס האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע „די פֿרײַהייט חתונה צו האָבן‟ אין 2001, ווען כּמעט קיינער האָט זיך ניט געקענט פֿאָרשטעלן, אַז אַזאַ רעכט וואָלטן יאָ אין גיכן באַקומען די האָמאָסעקסואַליסטן, איז אויך אַ ייִד. וואָלפֿסאָן איז, דרך־אַגבֿ, יאָרן לאַנג געווען אַ קעמפּער אינעם ייִדישן זומער־לאַגער „קעמפּ־בויבעריק‟.

דרײַ פֿון די פֿינף שטימען צו לעגאַליזירן די האָמאָסעקסועלע חתונות איבערן גאַנצן לאַנד זענען געקומען פֿון די ייִדישע ריכטער בײַם העכסטן געריכט. לויט ס׳רובֿ אַנקעטעס זענען די ייִדן, נאָך די בודיסטן, די גרעסטע שטיצער פֿון „גיי‟־חתונות אין אַמעריקע צווישן אַלע רעליגיעזע גרופּעס. אַן אַנומלטיקע אַנקעטע האָט געוויזן, אַז 77% אַמעריקאַנער ייִדן שטיצן יאָ די האָמאָסעקסועלע חתונות.

ס׳רובֿ פּראָמינענטע נאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויך געשטיצט דעם באַשלוס פֿונעם העכסטן געריכט. 13 נאַציאָנאַלע ייִדישע גרופּעס זענען געווען צווישן די 25 גרופּעס, וואָס האָבן געחתמעט אַ בריוו, וואָס די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט געשיקט דעם העכסטן געריכט, בעטנדיק, אַז מע זאָל לעגאַליזירן די האָמאָסעקסועלע חתונות אין אַלע שטאַטן.

נאָך דעם, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פּסק־דין, האָבן די זעלביקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעדריקט זייער צופֿרידנקייט. „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ האָט דערקלערט אויף „טוויטער‟, אַז „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט שטיצט שוין 109 יאָר פֿרײַהייט און מענטשלעכע רעכט. הײַנט איז אַ פֿרײלעכער טאָג פֿאַר דער דאָזיקער שטאָלצער טראַדיציע‟. די „רבנישע פֿאַרזאַמלונג‟ פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג האָט אַרויסגעלאָזט אַן אַנאָנס פֿאַר דער פּרעסע, אין וועלכן עס שטייט צום טייל, אַז „די ייִדישע טראַדיציע דערמאָנט אונדז, אַז מיר זענען אַלע געשאַפֿן געוואָרן ׳בצלם אלוהים׳. די ייִדישע טראַדיציע זאָגט אונדז אויך, אַז דאָס חתונה האָבן איז אַ הייליקע אַחריות, ניט בלויז צווישן די זיווגים אַליין, נאָר אויך צווישן דעם פּאָרפֿאָלק און דער ברייטערער געזעלשאַפֿט‟.

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן די סאַמע וויכטיקסטע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע און חרדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעדריקט זייער קעגנערשאַפֿט צום באַשלוס. דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ האָט דערקלערט, אַז ער האַלט בלויז פֿון דער טראַדיציאָנעלער דעפֿיניציע פֿונעם זיווג־לעבן, און אַז ער זאָרגט זיך וועגן דעם, צי מע וועט צווינגען פֿרומע אַמעריקאַנער צו טאָן זאַכן, וואָס זענען קעגן זייערע רעליגיעזע פּריציפּן. דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד‟ האָט אָבער אויך דערקלערט, אַז „ס׳איז ניטאָ קיין רעליגיע, וואָס האָט די רעכט אַרויפֿצוצווינגען אירע תּקנות אויף דער גאַנצער געזעלשאַפֿט‟.

אַן ענלעכער צוגאַנג האָט אויך דער פּאָפּולערער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ אליהו פֿינק, וואָס האָט דערקלערט אין אַ מיינונגס־אַרטיקל פֿאַרן Forward, אַז כאָטש ער אַליין וואָלט קיינמאָל ניט אָנגעפֿירט מיט אַ האָמאָסעקסועלער חתונה, איז ער פּערזענלעך צופֿרידן, וואָס די „גיי‟־אַמעריקאַנער האָבן באַקומען „גלײַכע רעכט‟, ווײַל „ס׳איז אַן ענין פֿון ציווילע רעכט‟.

אַ מער אָפּאָזיציאָנעלע שטעלונג האָט גענומען דער אַמעריקנער „אַגודת־ישׂראל‟. אין אַ בריוו פֿאַר דער פּרעסע האָט די וויכטיקסטע חרדישע אָרגאַניזאַציע איבערגעגעבן, אַז „מיר זענען קעגן בײַטן די דעפֿיניציע פֿון אַזאַ פֿונדעמענטאַלער באַציִונג אין דער מענטשלעכער משפּחה. די תּורה פֿאַרווערט אַלע האָמאָסעקסועלע אַקטיוויטעטן און דערלאָזט נאָר אַ זיווג צווישן אַ מאַן און אַ פֿרוי… ס׳איז אונדזער אויפֿריכטיקע איבערצײַגונג, אַז דאָס אַרויסוואַרפֿן די טראַדיצאָנעלע דעפֿיניציע פֿונעם זיווג־לעבן, זענען ניט קיין גוטע טריט פֿאַר דער ציוויליזירטער געזעלשאַפֿט‟.

די „ציוויליזירטע געזעלשאַפֿט‟, פֿון איר זײַט, האָט, צום מערסטנס אויפֿגענומען די נײַעס מיט פֿרייד. אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ האָבן אומצאָליקע פֿירמעס, אָרגאַניזאַציעס און קולטורעלע אַנשטאַלטן פֿאַרעפֿנטלעכט צופֿרידענע אָנזאָגן און געפֿאַרבט זייערע בילדער מיט די קאָלירן פֿונעם רעגנבויגן. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אויף אַן ענלעכן אופֿן באַלויכטן אַ סך באַקאַנטע בנינים, אַרײַנגערעכנט דעם „ווײַסן הויז‟, מיט די קאָלירן פֿונעם רעגנבויגן. אין ניו־יאָרק, סאַן־פֿראַנציסקאָ, און אַלע אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט האָבן מאַרשירט אויף די גאַסן און געטאַנצט ריזיקע גרופּעס מענטשן אין די יערלעכע „שטאָלצהייט־פּאַראַדן‟, וואָס זענען געווען גרעסער ווי געוויינטלעך, צוליב דעם אַנומלטיקן פּסק־דין פֿונעם העכסטן געריכט. צווישן די פֿאַרווײַלער זענען געווען פֿאָרשטייער פֿון זייער אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך סתּם טויזנטער ייִדישע יחידים, אַ סך — מיט יאַרמלקעס אויפֿן קאָפּ.