ירושלימער משפּחה געפֿינט 2,000־יאָריקע מיקווה אונטערן דיל

Jerusalem Family Finds 2,000-Year-Old Mikveh Under Floor

פֿון „האָרץ‟

Published July 02, 2015, issue of July 24, 2015.

אַ משפּחה אין דער ירושלימער געגנט אין־כּרם האָט, בעת אַ רעמאָנט פֿונעם גאַסטצימער, געפֿונען טרעפּ, וועלכע פֿירן צו אַ גרויסער שטיינערנער מיקווה, וואָס מע האָט גענוצט מיט 2,000 יאָר צוריק.

ס׳האָט געדויערט עטלעכע יאָר ביז די משפּחה האָט געלאָזט וויסן די אינסטאַנצן און זיי געוויזן די אַנטדעקונג אונטער זייער הויז. אין צווישנצײַט האָבן זיי פֿאַרדעקט דעם אַרײַנגאַנג צו דער מיקווה מיט הילצערנע טירן, און פּשוט געוווינט איבער דעם.

דער אַרײַנגאַנג צו דער מיקווה
Assaf Peretz, courtesy of the IAA
דער אַרײַנגאַנג צו דער מיקווה

ווען דאָס פּאָרפֿאָלק האָט שוין יאָ געקלונגען דער „רשות העתיקות‟, די אינסטאַנץ פֿון פֿאַרצײַטיקע חפֿצים, האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אונטער די טירן, די טרעפּ, וואָס פֿירן אַראָפּ צו אַ מיקווה — 3.5 מעטער די לענג, 2.4 מעטער די ברייט, און אַ טיפֿקייט פֿון 1.8 מעטער. די מיקווה, באַשאָטן מיט שטיינדלעך, איז געווען גוט אויסגעטינקעוועט, על־פּי־הלכה. ס׳איז שווער צו דערקענען די דאַטע פֿון שטיינער, אָבער די טעפּ, וואָס מע האָט געפֿונען אין דער מיקווה, האָט מען דאַטירט צו די צײַטן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש (דעם ערשטן יאָרהונדערט). מע האָט אויך דערקענט שפּורן פֿון פֿײַער, וואָס איז מעגלעך אַ באַווײַז פֿונעם חורבן בית־המיקדש אינעם יאָר 70.

דער גאַסטצימער איבער דער מיקווה
Assaf Peretz, courtesy of the IAA
דער גאַסטצימער איבער דער מיקווה

די אייגנטימער פֿונעם הויז האָבן מודה געווען, אַז זיי האָבן זיך געקווענקלט צו קלינגען דער אינסטאַנץ, ווײַל זיי זענען נישט געווען זיכער וועגן דער היסטאָרישער ווערט פֿון זייער אַנטדעקונג, און האָבן זיך געזאָרגט וועגן די „קאָנסעקווענצן‟ פֿון אַרײַנמישן די אינסטאַנצן. אין לעצטן סך־הכּל, האָט איינער פֿון זיי געזאָגט: „מיר האָבן דערפֿילט, אַז ס׳איז אונדזער בירגערלעכער חובֿ עס צו טאָן.‟