ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אַלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 01, 2015, issue of July 24, 2015.

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אין ירושלים

די עיקר־ידיעות די וואָך קומען פֿון ירושלים; דאָרטן האָט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ דורכגעפֿירט זײַן פֿעסטיוואַל פֿון לייענען און קאָמענטירן. דער ירושלימער פֿעסטיוואַל איז די לעצטע און די וויכטיקסטע אונטערנעמונג אין דער יערלעכער פּראָגראַם פֿון „אשכּולות‟. מע לייענט און מע אַנאַליזירט כּתבֿי־קודש אָדער ליטעראַרישע טעקסטן, מע שפּאַצירט אין ירושלים, מע באַקענט זיך מיט די קולטורעלע באַזונדערקייטן פֿון דעם ירושלימער לעבן. דאָס יאָר ווערט אַזאַ פֿעסטיוואַל דורכגעפֿירט שוין צום 10טן מאָל, און הייסט, „מוטער און זונה: ירושלים ווי אַ פֿרוי‟. די אידעע פֿונעם פֿעסטיוואַל איז גענומען געוואָרן פֿונעם תּנ״ך, פֿון די נבֿיאים, וואָס פֿאַרגלײַכן ניט איין מאָל ירושלים מיט אַ פֿרוי — צי אַ מלכּה, צי אַ זונה.

די צוהערער ווערן צעטיילט אויף 3 גרופּעס. די ערשטע גרופּע האָט געלייענט תּנ״כישע טעקסטן און פֿריִערע רבנישע ליטעראַטור; די צווייטע — האָט געפֿאָרשט מיטל־עלטערלעכע ייִדישע דיכטונג און טעקסטן פֿון קבלה, די דריטע גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט אויפֿן מאָדערנעם ישׂראלדיקן קינאָ און ליטעראַטור. די פּראָגראַם האָט אויך אײַנגעשלאָסן פּלענאַרע לעקציעס פֿון ירושלימער פּראָפֿעסאָרן, אַ קאָנצערט פֿון לידער וועגן ירושלים, מיט ווערטער פֿון מיטל־עלטערלעכע און מאָדערנע העברעיִשע פּאָעטן, אַ לעקציע־דעגוסטאַציע פֿון ירושלימער „פּאַמעלעך עסן‟, אַ מאָדע־שאָו און עטלעכע עקסקורסיעס, געווידמעט די ירושלימער פֿרויען — „מלכּות פֿון ירושלים‟, „ירושלימער נזירות‟, „ירושלימער רכילות‟… די שליסונג־צערעמאָניע פֿון דעם פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען אין „בית־אַבֿיחי‟ מאָנטיק, דעם 29סטן יוני.

ייִדישער ביכער פאַרקויפֿט אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟

דער ביכער־יריד אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟, מאָסקווע
דער ביכער־יריד אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟, מאָסקווע

ייִדישע ביכער אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟ — אַזוי קען מען קורץ באַשרײַבן די צווייטע הויפּט־ידיעה פֿון דער „ייִדישער גאַס‟ אין מאָסקווע די וואָך. ממש לעבן קרעמל איז פֿאָרגעקומען אַ ביכער־יריד. דער יריד האָט געהאַט אַ פּאָליטישן טעם: נישט בלויז איז ער דורכגעפֿירט געוואָרן אויפֿן צענטראַלן פּלאַץ פֿון דער שטאָט און פֿון דעם לאַנד, נאָר אויך איז אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע אויפֿגעטראָטן דער פּרעזידענט פּוטין. אין דער פּראָגראַם זענען געווען באַגעגענישן מיט באַרימטע שרײַבערס און דירעקטאָרן פֿון ביבליאָטעקן; עס ווערן באַזונדערס פֿאָרגעשטעלט ביכער פֿון די קרימער פֿאַרלאַגן. אינעם יריד האָבן אָנטייל גענומען איבער 300 פֿאַרלאַגן, צווישן זיי 2 ייִדישע — „קניזשניקי‟ און „גשרים‟.