ניקאָלאַס ווינטאָן ניפֿטר געוואָרן צו 106 יאָר

Nicholas Winton Dies at 106

ניקאָלאַס ווינטאָן ווערט באַערט אויף אַן אונטערנעמונג אין לאָנדאָן אין סעפּטעמבער 2009
Peter Maciarmid/Getty Images
ניקאָלאַס ווינטאָן ווערט באַערט אויף אַן אונטערנעמונג אין לאָנדאָן אין סעפּטעמבער 2009

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 02, 2015, issue of July 24, 2015.

ניקאָלאַס ווינטאָן, דער אָרגאַניזירער פֿונעם קינדער־טראַנספּאָרט, וואָס האָט געראַטעוועט 669 קינדער פֿון נאַצי־אָקופּירטן טשעכאָסלאָוואַקײַ, איז מיטוואָך ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 106 יאָר. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער „בריטישער שינדלער‟.

ווינטאָן איז געבוירן געוואָרן אין לאָנדאָן, אַ זון פֿון ייִדישע עלטערן, וועלכע האָבן זיך געשמדט. אין דעצעמבער 1938, האָט ער, אַ 29־יאָריקער אַקציע־הענדלער, בדעה געהאַט צו פֿאָרן אין דער שווייץ אויף אַ סקי־וואַקאַציע, אָבער האָט זיך באַרעכנט, ווען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם פּליטים־קריזיס אין טשעכאָסלאָוואַקײַ, וואָס איז ערשט געהאַט אָקופּירט געוואָרן פֿון די נאַציס.

במשך פֿון נײַן חדשים האָט ער אָרגאַניזירט אַכט באַנען, וואָס האָבן געפֿירט קינדער, ס׳רובֿ פֿון זיי — ייִדישע, פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ קיין ענגלאַנד. קיינער האָט נישט אָנערקענט ווינטאָנס העראָיִזם, ביז זײַן פֿרוי האָט אין 1988 געפֿונען בײַ זיי אויפֿן בוידעם אַ זאַמל־אַלבום פֿון די נעמען, בילדער און דאָקומענטן, פֿאַרבונדן מיט דער ראַטיר־אַקציע. ווען זי האָט געפֿרעגט איר מאַן, פֿאַר וואָס ער האָט איר קיין מאָל נישט דערציילט וועגן דעם, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט געמיינט, אַז ס׳וועט עמעצן פֿאַראינטערעסירן אַזוי פֿיל יאָרן נאָך דער מלחמה.

די אַנטפּלעקונג פֿון ווינטאָנס העלדישקייט האָט דערפֿירט צו אַ ווידערטרעף מיט אַ טייל פֿון די געראַטעוועטע קינדער, און אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. דער בריטישער הויפּט־רבֿ, אפֿרים מירוויס, האָט געלויבט ווינטאָנס „אויסערגעוויינטלעכן קוראַזש, מסירת־נפֿשדיקייט און עניבֿות.‟

„אַ דאַנק אים, לעבן הײַנט טויזנטער קינדער און אייניקלעך פֿון די מענטשן, וואָס ער האָט געראַטעוועט, וועלכע זענען שטאָלץ זיך צו באַצייכענען ווי מיטגלידער פֿון ווינטאָנס ׳משפּחה׳,‟ האָט הרבֿ מירוויס געזאָגט דער „בי־בי־סי‟.

צווישן די געראַטעוועטע קינדער געפֿינען זיך דער פֿילם־רעזשיסאָר, קאַרעל רײַס; אַלפֿרעד דאָבס, וועלכער איז געוואָרן אַ דעפּוטאַט אינעם בריטישן פּאַרלאַמענט, און הוגאָ מרום, אַ גרינדער פֿון די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות.

ווינטאָן איז באַערט געוואָרן מיט אַ צאָל פּרעמיעס אין זײַנע שפּעטערע יאָרן, און איז געזאַלבט געוואָרן דורך דער בריטישער קעניגין ווי אַ ריטער. פֿאַראַיאָרן האָט די טשעכישע רעגירונג אים געבראַכט מיט אַ מיליטערישן עראָפּלאַן קיין פּראָג, וווּ ער האָט באַקומען דעם העכסטן מעדאַל פֿון לאַנד.

זײַן צונאָמען, דער „בריטישער שינדלער‟, נעמט זיך פֿונעם דײַטשישן אינדוסטריאַליסט אָסקאַר שינדלער, וועלכער האָט געראַטעוועט בערך 1,200 ייִדן בעת דעם חורבן.