פּאָליטיש „רעפֿאָרם‟, אָבער היימישער בײַ די פֿרומע

Politically Reform, But at Home With the Orthodox

Anya Ulinich

פֿון נייליאַ שערמאַן (Forward)

Published July 07, 2015, issue of July 24, 2015.

ווען איך בין געווען 14 יאָר אַלט בין איך געפֿאָרן אויף אַ 4־טאָגיק גײַסטיק באַגעגעניש, און צום ערשטן מאָל דערפֿילט, וואָס מיינט עס, צו פֿירן אַ פֿרום לעבן. הגם עלען, איינע פֿון די פֿירערינס, האָט געטראָגן אַ שווער קלייד זומערצײַט — אַ זאַך, וואָס האָט מיר אויסגעזען מאָדנע — האָט זי, בעתן דאַווענען, אויסגעזען רויִק און צופֿרידן.

במשך פֿון די פֿיר טעג האָבן מיר געטאַנצט, דערציילט מעשׂיות, געגאַנגען אויף קלאַסן און געדאַוונט. דער ברען, דאָס געפֿיל פֿון פֿאַראייניקונג, די מוזיק און די אינטעלעקטועלע דיסקוסיעס האָבן געמאַכט אויף מיר אַ טיפֿן אײַנדרוק.

בין איך אַהיימגעפֿאָרן, קלערנדיק צו פֿרעגן די מאַמע, צי מיר קענען אײַנפֿירן אַ כּשרע קיך. זי האָט געענטפֿערט: „בשום־אופֿן נישט‟ און געגאַנגען מאַכן חזיר־קאָטלעטן.

ס׳איז טשיקאַווע: אַ טייל מענטשן בלײַבן „אויפֿן דרך‟ פֿון אַ פֿרומען לעבן־שטייגער, און אַנדערע גייען „אַראָפּ פֿון דרך‟. איך אָבער גיי שטילערהייט „פּאַזע דעם דרך‟.

פּאָליטיש און פֿילאָסאָפֿיש, בין איך נעענטער צו די רעפֿאָרם־ייִדן. איך בין אַ פֿעמיניסט, וואָס האַלט, אַז פֿרויען דאַרפֿן אָנטיילנעמען אין אַלע ייִדישע ריטואַלן. פֿון דער אַנדערער זײַט, בין איך אויך צוגעצויגן צו אַ סך זאַכן וועגן אָרטאָדאָקסישע ייִדן, און האָב עטלעכע מאָל אין מײַן לעבן געפּרוּווט לעבן אין אַן אָרטאָדאָקסישער קהילה. כּמעט יעדער וואָס פּראָבירט ווערן פֿרום, ווערט טאַקע שומר־מיצוות, אָדער פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבנס־שטייגער. איך בלײַב אייביק צעמישט, און לעב ווײַטער סײַ אין דער סעקולערער וועלט, סײַ אין דער אָרטאָדאָקסישער.

איך האָב תּמיד באַטראַכט דאָס זײַן אַ ייִד ווי אַ ספּעציעלע זאַך. הגם איך בין דערצויגן געוואָרן אין אַ גאָר סעקולערער משפּחה אין אַן איטאַליעניש־קאַטוילישער געגנט, האָב איך געזאָגט דער שול־אַדמיניסטראַציע, אַז איך וויל זיך לערנען העברעיִש, און ווי אַ פּועל־יוצא, האָט מען מיך אַרײַנגעשטעלט אין אַ מלוכישער מיטלשול מיט דער גרעסטער צאָל ייִדן פֿון אַלע מיטלשולן אין טאָראָנטאָ. כ׳האָב שטאַרק הנאה געהאַט זיך צו לערנען מיט מײַן אייגענעם „שבֿט‟, וויסנדיק, אַז כּמעט קיינער אין דער שול פּראַוועט נישט ניטל.