רחל מאַרגאָליס , ווילנער פּאַרטיזאַנערין, איז ניפֿטר צו 94 יאָר

Rachel Margolis, Partisan of Vilna, Dies at 94

רחל מאַרגאָליס, 2004
jgt-archiv
רחל מאַרגאָליס, 2004

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 09, 2015, issue of July 24, 2015.

רחל מאַרגאָליס, אַ ייִדישע פּאַרטיזאַנקע, היסטאָריקערין און לאַנג־יאָריקע ביאָלאָגיע־לערערין אין ווילנע, איז מאָנטיק, דעם 6טן יולי, געשטאָרבן אין רחובֿות, ישׂראל.

חבֿרטע מאַרגאָליס האָט געהאָלפֿן גרינדן די חורבן־אויסשטעלונג אינעם אַזוי־גערופֿענעם „גרינעם הויז‟, און געפֿונען און פּובליקירט דאָס לאַנג־פֿאַרלוירענע טאָגבוך פֿון קאַזימיערץ סאַקאָוויטש — אַ פּויליש־קריסטלעכער זשורנאַליסט, וועלכער איז אַן עדות געווען פֿון דער שחיטה פֿון צענדליקער טויזנטער ייִדן אויף פּאָנאַר, לעבן ווילנע. מאַרגאָליס האָט צונויפֿגעשטוקעוועט שאַקאָוויטשס טאָגבוך דורך פֿראַגמענטן פּאַפּיר, וואָס מע האָט געפֿונען אין לימאָנאַד־פֿלעשער, ווי אויך נאָטיצן, געשריבן אין אַ קאַלענדאַר פֿון 1941, און אַנדערע פּאַפּירן, וואָס מע האָט יאָרן לאַנג געהאַלטן אין די אַרכיוון, וואָס זענען נישט געווען צוטריטלעך אונטער דער סאָוועטישער הערשאַפֿט.

זי האָט אויך פּובליקירט אַ בוך זכרונות, וווּ זי דערציילט וועגן איר אַנטלויפֿן פֿון דער ווילנער געטאָ מיט דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע‟, און ווי זי האָט זיך באַטייליקט אין מיסיעס צו סאַבאָטירן די נאַציסטישע אַקציעס.

חבֿרטע מאַרגאָליס איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1921. אין 1941, ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ליטע, האָט מען אויסבאַהאַלטן דאָס מיידל בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה, אָבער אין סעפּטעמבער 1942 האָט זי באַשלאָסן, אַז זי וויל גיכער וווינען מיט די ייִדן אין דער ווילנער געטאָ.

אין יוני 1943 האָט מען פֿאַרשיקט 4,000 ייִדן אין די אומברענג־לאַגערן, און 4,000 אַנדערע — אויף שקלאַפֿן־אַרבעט אין די לאַגערן. מאַרגאָליס און איר צוקונפֿטדיקער מאַן זענען געווען צווישן די בלויז עטלעכע הונדערט ייִדן פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

נאָך דער מלחמה האָט זי באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין ביאָלאָגיע און געוואָרן אַ לערערין אין ווילניוס־אוניווערסיטעט ביז די סוף־1980ער.

זינט 2008, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם וואַקסנדיקן עקסטרעם־רעכטן נאַציאָנאַליזם און אַנטיסעמיטיזם אין ליטע, איז רחל מאַרגאָליס גערודפֿט געוואָרן דורך אַ גרופּע חורבן־רעוויזיאָניסטן, וועלכע האָבן זי באַשולדיקט אין מלחמה־פֿאַרברעכנס קעגן ליטווינער בירגער צוליב איר ראָלע אין דער אַנטי־נאַציסטישער באַוועגונג. אויס זאָרג, אַז מע וועט זי אַרעסטירן, האָט זי זיך באַזעצט מיט איר טאָכטער אין רחובֿות.

אין אַן אינטערוויו, אַרויסגעלאָזט אין 2010, דערציילט רחל מאַרגאָליס וועגן די באַמיִונגען פֿון דער ליטווישער פּראָקוראָטור אָנצוהייבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון אירע כּלומרשטדיקע מלחמה־פֿאַרברעכנס:



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.