„אימענינעס‟: אַ פֿאַרגעסן וואָרט

Imenine: A Word That's Been Dropped From Yiddish Usage


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 10, 2015, issue of August 07, 2015.

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי האָט געשריבן אין איר אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק „מײַן עלטער־זיידנס ירושה‟: „די ‘אימענינעס’ איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַע נײַעס. בײַ אונדז אין ברעזע [מאָלאָדאָווסקיס היימשטאָט] האָב איך קיין מאָל ניט געהערט פֿון קיין אימענינעס. ווער געדענקט דעם טאָג ווען אַ מיידל ווערט געבוירן? וואָס איז, זי דאַרף ווערן בר־מיצווה?‟

דאָס וואָרט „אימענינעס‟, וואָס איז כּמעט אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם הײַנטיקן ייִדיש, איז, אַ פּנים, אַרײַן פֿון רוסיש אין 19טן יאָרהונדערט. ביסלעכקווײַז האָט עס אָנגעהויבן מיינען „געבוירן־טאָג‟, און אין אַזאַ באַטײַט ניצט מען עס אויך בדרך־כּלל אין הײַנטיקן רוסיש. אָבער דער אָריגינעלער טײַטש פֿון „אימענינעס‟ איז אַן אַנדערער. עס האָט צו טאָן מיטן קריסטלעכן קאַלענדאַר, אין וועלכן די טעג זײַנען פֿעסט צוגעבונדן צו די נעמען פֿון כּלערליי הייליקע.

למשל, דעם 25סטן יאַנואַר מערקט מען אָפּ ווי „טאַטיאַנאַס טאָג‟. דער 25סטער יאַנואַר איז געוואָרן אויך אַ סטודענטישער יום־טובֿ, ווײַל אין יאָר 1755 איז אין דעם טאָג געעפֿנט געוואָרן דער מאָסקווער אוניווערסיטעט; און, וואָס איז אפֿשר נאָך וויכטיקער, צו דער צײַט פֿונעם יום־טובֿ פֿלעגט מען, געוויינלעך, פֿאַרענדיקן אָפּצוגעבן די עקזאַמענס פֿון דעם ווינטער־סעמעסטער. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן בין איך ניט איין מאָל געווען אויף אַזעלכע הוליאַנקעס.

גלײַכצײַטיק מערקן אָפּ זייער טאָג די פֿרויען, וואָס טראָגן דעם דאָזיקן נאָמען. פֿאַר אייניקע איז עס אויך דער געבוירן־טאָג, ווײַל אין די אַלטע צײַטן פֿלעגט דער גלח אויסקלײַבן דעם נאָמען לויטן „דעזשורנעם‟ הייליקן אין דעם קאַלענדאַר. אָבער ס’רובֿ האָבן באַזונדער דעם געבוירן־טאָג און די אימענינעס.

אַזוי צי אַזוי, אָבער אימענינעס, אין דעם זין פֿון געבוירן־טעג, האָט מען בײַ די טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן ניט געפּראַוועט. מע האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ גוייִשן מינהג. בפֿרט נאָך, אַז אין תּנ”ך ווערט אַזאַ זאַך דערמאָנט בלויז איין מאָל, און די רייד גייט וועגן אַ געבוירן־טאָג פֿון אַ פּרעה. קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז ניט די איינציקע צווישן ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן די פּראָבלעם אָפּגעשפּיגלט אין זייערע ווערק. אָבער איך געדענק עס אויך פֿון אונדזער „נאָרמאַלן‟, ניט קיין ליטעראַרישן לעבן.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.