קרן־קימת פּובליקירט צום ערשטן מאָל אירע פֿינאַנצן

JNF Reveals Finances For the First Time

דער „קרן־קימת‟, וואָס האָט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 100 יאָר פֿאַרפֿלאַנצט מער ווי 249 מיליאָן ביימער, ווערט הײַנט קריטיקירט פֿאַר נישט פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע פֿינאַנצן
דער „קרן־קימת‟, וואָס האָט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 100 יאָר פֿאַרפֿלאַנצט מער ווי 249 מיליאָן ביימער, ווערט הײַנט קריטיקירט פֿאַר נישט פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע פֿינאַנצן

פֿון ייִט״אַ

Published June 10, 2015, issue of August 07, 2015.

דער „קרן קימת‟ האָט צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע פֿינאַנצן, דערקלערנדיק, אַז פֿאַראַיאָרן האָט ער פֿאַרמאָגט ערד אין ישׂראל, מיט אַ ווערט פֿון 2 ביליאָן דאָלאַר.

דער באַריכט איז אַן ענטפֿער אויף דער קריטיק, לעצטנס, אַז די אָרגאַניזאַציע געניסט פֿון אַ האַלב־רעגירונג סטאַטוס, וואָס דערמעגלעכט איר אויסצומײַדן מלוכישע רעוויזיעס און אַן אָפֿיציעלן איבערזיכט, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר האָט יאיר לפּיד, אַ כּנסת־דעפּוטאַט און געוועזענער פֿינאַנץ־מיניסטער, באַצייכנט דעם „קרן קימת‟ ווי אַ קאָרומפּירטע אָרגאַניזאַציע.

לויטן באַריכט, האָט דער „קרן קימת‟, וואָס באַקומט נישט קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, אָבער איז יאָ באַפֿרײַט פֿון צאָלן שטײַערן, אַרײַנגעבראַכט 567 מיליאָן דאָלאַר פֿאַראַיאָרן, אַרײַנגערעכנט 35 מיליאָן דאָלאַר דורך בײַשטײַערס. בערך 20.2 מיליאָן דאָלאַר פֿון די נדבֿות איז געקומען פֿון צפֿון־אַמעריקע.

דער „קרן־קימת‟, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1901, כּדי צו אַנטוויקלען די ערד אין ארץ־ישׂראל, קאָנטראָלירט הײַנט בערך 13% פֿון דער ערד אין לאַנד. יאָרן לאַנג האָט די אָרגאַניזאַציע נישט פֿאַרעפֿנטלעכט אירע פֿינאַנצן, נישט געקוקט אויף די באַמיִונגען פֿון אירע קריטיקער, צו פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ קאָרפּאָראַציע, וואָס וואָלט זי געצוווּנגען מודיע צו זײַן אירע רעקאָרדן. אַ כּנסת־לעגיסלאַציע צו מאַכן די אָרגאַניזאַציע מער דורכזיכטיק איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן, האָט איבערגעגעבן די Times of Israel.

„האָרץ‟ האָט מיטגעטיילט, אַז די דורכשניטלעכע שׂכירות פֿון יעדן אָנגעשטעלטן פֿאַראַיאָרן — בסך־הכּל 950 מענטשן איבער דער וועלט — איז געווען כּמעט $80,000. 21.3 מיליאָן דאָלאַר איז אויסגעטיילט געוואָרן אויף פּעדאַגאָגישע צוועקן, און 15.1 מיליאָן דאָלאַר איז געשאָנקען געוואָרן דער „אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע‟.