אַ יאָר נאָך „צוק איתן‟

A Year After Operation Protective Edge

אויף די חורבֿות אין עזה־פּאַס, 2015
Getty Images
אויף די חורבֿות אין עזה־פּאַס, 2015

פֿון עמיל קאַלין

Published July 12, 2015, issue of August 07, 2015.

אַ יאָר איז אַריבער, און דאָס קלאַפּנדיקע האַרץ פֿון ישׂראל, דער „מרכז‟ (צענטער), דער געדיכט-באַפֿעלקערטער ראַיאָן, באַזעצט מיט איבער צוויי מיליאָן נפֿשות, לעבט ווײַטער זײַן לעבן, ווי גאָרנישט וואָלט קיינמאָל נישט געשען — נישט קיין טאָג-טעגלעכע ראַקעטן־אַטאַקן, נישט דאָס לויפֿן זיך געפֿינען אַ שוץ־ווינקעלע, נישט די אַלאַרמען — אַלץ געהערט שוין צו דער פֿאַרגאַנגענהייט.

פֿאַרשטענדלעך, אַז פֿאַר די משפּחות פֿון די געפֿאַלענע, די שווער פֿאַרוווּנדעטע, די גײַסטיק-לײַדנדיקע האָט זיך איין מלחמה פֿאַרענדיקט, און אַ צווייטע — אַ שווערערע און אַ לענגערע — הייבט זיך ערשט אָן; אָבער אין אַלגעמיין, איז די באַפֿעלקערונג, וואָס האָט אויסגעהאַלטן אַ פֿופֿציק־טאָגיקן אַטאַק, די מלחמה איבערגעקומען.

אין דער געגנט, וואָס רינגלט אַרום דעם עזה-פּאַס איז די לאַגע מער איידל: אין שׂדרות און די אַרומיקע קיבוצים איז מען, להיפּוך צו די שטעט אין צענטער, שוין אויסגעפּרוּווט מיט ראַקעטן פֿון אַלערליי גרייס, און דער זכּרון פֿון דער לעצטער מלחמה און די פֿריִערדיקע אַקציעס איז נאָך פֿריש; דאָך, לעבט מען ווײַטער און מע שטעלט זיך צוריק אויף די פֿיס.

אַ גרופּע שול־תּלמידים, וואָס מע האָט אינטערוויויִרט מיט אַ יאָר צוריק, האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז „זיי וואָלטן מורא געהאַט צו דינען אויף דער ׳פֿײַער-ליניע׳‟. דווקא די וואָך האָבן זיי רעקרוטירט און אָנגעהויבן זייער דינסט אין אינפֿאַנטעריע־איינהייטן. די שווער-פֿאַרוווּנדיקטע זענען צוריקגעקומען אין די קיבוצים, וווּ זיי האָבן געלעבט.

יאָ, דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער, ווײַל קיין אַנדער ברירה האָט מען נישט! פֿון דעסטוועגן, מוז מען מודה זײַן, אַז מע דאַרף זײַן אַ קאַפּעלע משוגע, צו לעבן אין אַזאַ מדינה ווי מדינת-ישׂראל, בפֿרט נאָך אַ קאַצנשפּרונג פֿון עזה־פּאַס. וואָס שייך דעם פּאָליטישן מצבֿ אין דרום, זאָגט די הײַנטיקע סיטואַציע נישט צו קיין סך זיכערע און שטילע יאָרן.

ישׂראל און די ייִדן בכלל זענען שוין פֿון לאַנג צוגעוווינט צו שפּילן די ראָלע פֿון אַ כּפּרה-הינדל; אַזוינס געשעט אויך איצטער. די סאַלאַפֿיסטן שיסן אויף ישׂראל, כּדי אַרויסשטעלן „כאַמאַס‟ ווי אַ נעבעכדיקער הערשער און אויף אַזאַ אופֿן זיך מאַכן אַ שם. ישׂראל קען נישט רעאַגירן צו שטאַרק, ווײַל זי וויל נישט זיך ראַנגלען מיט „כאַמאַס‟ אומזיסט און אומנישט; זי וויל נישט אַרײַנגיין אַליין אין עזה־פּאַס און קעמפֿן מיט די איסלאַמיסטן. דאָס הייסט, די ישׂראל־רעגירונג וועט נישט שטאַרק רעאַגירן אויף דער שיסערײַ, וואָס וועט נישט קאָסטן קיין מענטשלעכע לעבנס.