פּחד און שטאָלץ אין פֿראַנקרײַך

Fear and Defiance in France

אַ פּאָליציאַנט באַוואַכט די קראָם „היפּער־כּשר‟ אין פּאַריז
Serge Attal/Flash90
אַ פּאָליציאַנט באַוואַכט די קראָם „היפּער־כּשר‟ אין פּאַריז

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published July 12, 2015, issue of August 07, 2015.

מירעל בן־שׂשׂון היט נישט כּשרות כּהלכה, אָבער קומט פֿון צײַט צו צײַט אין דער פּאַריזער קראָם „היפּער־כּשר‟, וווּ מיט אַ האַלב יאָר צוריק איז אויסגעבראָכן דער בלוטיקער טעראָר־אַקט, אין וועלכן עס זענען אומגעקומען פֿיר ייִדן. נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן שוידערלעכן אינצידענט, איז די קראָם פֿול מיט קונים.

„היפּער־כּשר‟ האָט זיך געעפֿנט פֿון ס׳נײַ אין מאַרץ, מיט צוויי חדשים נאָך דער שיסערײַ. אַרום דער קראָם שטייט איצט אַ באַצוימונג מיט באַוואָפֿנטע פּאָליציאַנטן, וואָס גייען אַרום מיט אויטאָמאַטישע ביקסן.

בן־שׂשׂון, אַ בלוי־אויגיקע באָבע פֿון פֿיר אייניקלעך, איז געבוירן געוואָרן אין מאַראָקאָ און וווינט איצט אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט, נישט ווײַט פֿון דער אַטאַקירטער קראָם. זי האָט איבערגעגעבן, אַז נישט געקוקט אויף די בלוטיקע געשעענישן, האָבן די ייִדן נישט מורא אײַנצוקויפֿן דאָרטן כּשרע פּראָדוקטן. אַ סך פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן רעאַגירט אויפֿן אַטאַק מיט אַן עקשנותדיקן שטאָלץ.

ס׳איז אָבער מעגלעך, אַז די שיסערײַ אין „היפּער־כּשר‟ וועט ווערן אַ גורלדיקער מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך. דער טעראָר־אַקט האָט שוין גורם געווען אַ רעקאָרד־הויכן אויפֿשטײַג פֿון עמיגראַציע קיין ישׂראל, שטאַרק צעשעדיקט דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון אָרטיקע כּשרע קראָמען און אַרויסגערופֿן נײַע זאָרגן אין דער ייִדישער קהילה.

איוואַן לעלוש, וועלכער האָט געגרינדעט דעם פֿראַנצויזישן „פֿאַרבאַנד פֿון כּשרע געברויכער‟, האָט באַמערקט, אַז אין פּאַריז און אין די אַרומיקע פֿאָרשטעט האָבן די כּשרע קראָמען לעצטנס שטאַרק געליטן פֿון דער אונטערגייענדיקער צאָל קונים. הגם זײַן אָרגאַניזאַציע פֿירט נישט קיין סטאַטיסטישע חשבונות, איז לעלוש זיך משער, אַז דער פֿאַרקויף אין די געשעפֿטן איז געפֿאַלן אויף 40 פּראָצענט.

„היפּער־כּשר‟ איז אַ נעץ פֿון בערך 20 קראָמען. נישט אַלע פֿון זיי זענען באַוואַכט, ווי געהעריק, דורך דער פּאָליציי. פֿונדעסטוועגן, האָט די פֿראַנצויזישע רעגירונג באַפֿוילן נאָכן יאַנואַר־אַטאַק אויסצושטעלן 10,412 סאָלדאַטן און פּאָליציאַנטן אַרום הונדערטער ייִדישע שולן, בתּי־מדרשים און אַנדערע אינסטיטוציעס. אַחוץ דעם, פּאַטרולירן הונדערטער וועכטער געוויסע געגנטן, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן.

בסך־הכּל, באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם פּאַריזער ראַיאָן אַרום 350,000 נפֿשות — בערך 70 פּראָצענט פֿונעם האַלבן מיליאָן ייִדן, וואָס וווינען אינעם לאַנד. צום ווייניקסטן 20,000 עולים, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט פֿראַנקרײַך זינט 2008, האָבן אויך גורם געווען אַ שטאַרקן קלאַפּ אויף די כּשרע געשעפֿטן, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן אַ גרויסע צאָל קונים. דערצו, האָט זיך אין פֿראַנקרײַך לעצטנס פֿאַרשפּרייט דער מינהג אײַנצוקויפֿן ביליקע פּראָדוקטן פֿון אַנדערע לענדער אויף אַן אינדיווידועלן אופֿן.

אַן אַנדער פּראָבלעם איז די קינדער־בילדונג. אַ טייל טאַטע־מאַמעס האָבן מורא צו שיקן זייערע קינדער אין ייִדישע שולן צוליב דער טעראָריסטישער סכּנה. אין דער זעלבער צײַט, זענען זיי אויך פֿאַרזאָרגט וועגן דעם אַנטיסעמיטיזם צווישן די תּלמידים פֿון מלוכישע בילדונג־אַנשטאַלטן. צוליב דעם, באַשליסן אַ טייל משפּחות אַוועקצופֿאָרן פֿון פֿראַנקרײַך אָדער שיקן די קינדער אין קאַטוילישע קריסטלעכע שולן.

פֿיטוסי, אַ ספֿרדישער געשעפֿטס־לײַט, וועלכער האָט נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן זײַן ערשטן נאָמען, האָט געזאָגט בעת אַ שמועס אין „היפּער־כּשר‟, אַז ער האָט זייער ליב זײַן לאַנד, וווּ ער וווינט שוין 50 יאָר, אָבער קאָן דאָרטן מער נישט בלײַבן. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אָרטיקע ייִדישע תּושבֿים, וווינט ער אין אַ פֿאַרמעגלעכן פּאַריזער ראַיאָן און גייט אין שיל אַרײַן מיט אַ היטל איבער דער יאַרמלקע, כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן. נישט לאַנג צוריק האָט עמעצער אויף דער גאַס אויף אים אָנגעשריגן, „אַ שמוציקער ייִד‟. פֿיטוסי האָט צוגעגעבן, אַז פֿון די אַנטיסעמיטן קאָן מען זיך נישט אויסבאַהאַלטן. אויב אַלע ייִדן וועלן נישט טראָגן יאַרמלקעס אָפֿענערהייט, וועלן די שׂונאים זיך געבן אַן אַנדער עצה, ווי אַזוי צו דערקענען אַ ייִד.