דער אָפּמאַך מיט איראַן געשלאָסן

Iranian Deal Clinched

די פֿאָרשטייער פֿון איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות, נאָכן דערגרייכן דעם היסטאָרישן אָפּמאַך, דעם 14טן יולי, אין ווין
Getty Images
די פֿאָרשטייער פֿון איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות, נאָכן דערגרייכן דעם היסטאָרישן אָפּמאַך, דעם 14טן יולי, אין ווין

פֿון „רויטערס‟

Published July 14, 2015, issue of August 07, 2015.

דינסטיק, דעם 14טן יולי, האָט די איראַנישע רעגירונג געשלאָסן אַ היסטאָרישן אָפּמאַך מיט די זעקס וועלט־כּוחות. נאָך מער ווי צען יאָר פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן די לענדער זיך דערשלאָגן אַ הסכּם, וואָס קאָן ממשותדיק ענדערן דעם פּאָליטישן מצבֿ פֿונעם גאַנצן מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן.

דער אָפּמאַך מיט איראַן האָט אַרויסגערופֿן אַ נײַע כוואַליע פֿון דיפּלאָמאַטישע סיכסוכים. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט געמאָלדן, אַז דאָס איז סימן פֿון האָפֿענונג אין דער גאַנצער וועלט. די ישׂראלדיקע רעגירונג, פֿון איר זײַט, האָט עס אָבער אָנגערופֿן „אַ היסטאָרישע מפּלה‟.

לויט דעם נײַעם אָפּמאַך, וועלן די פֿאַראייניקע שטאַטן, דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד און די „יו־ען‟ אָפּשאַפֿן די אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס. איראַן, פֿון איר זײַט, איז מסכּים צו באַגרענעצן אויף אַ לאַנגער צײַט די נוקלעאַרע פּראָגראַם, וואָס ווערט פֿאַרדעכטיקט מצד די מערבֿדיקע לענדער ווי אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע.

צוליב די סיכסוכים אַרום דער נוקלעאַרער פּראָגראַם, איז איראַן, אַ לאַנד מיט 77 מיליאָן תּושבֿים, געבליבן אין אַ דיפּלאָמאַטישער איזאָלאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער הײַנטיקער פּראַגמאַטישער איראַנישער פּרעזידענט, האַסאַן רוהאַני, וועלכער איז געקומען צו דער מאַכט מיט צוויי יאָר צוריק, האָט צוגעזאָגט צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט דער וועלט און טאַקע אויסגעפֿירט זײַן צוזאָג. פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, איז דער הײַנטיקער אָפּמאַך אויך געוואָרן אַ וויכטיקע דערגרייכונג.

במשך פֿון צענדליקער יאָר, האָבן די איראַנישע רעגירונג און די פֿאַראייניקטע שטאַטן כּסדר געשאָלטן איינער דעם צווייטן מיט שאַרפֿע קללות, אויסנוצנדיק אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „דער גרויסער שׂטן‟ און „דער אַקס פֿון רישעות‟. רוהאַני האָט דינסטיק באַטאָנט אויפֿן „טוויטער‟, אַז ער באַטראַכט דעם הײַנטיקן היסטאָרישן אָפּמאַך ווי דעם אָנהייב פֿון אַ ברייטערער קאָאָפּעראַציע מיט דער וועלט. פֿאַר אָבאַמאַ, איז עס אַ טייל פֿון דער זעלבער פּאָליטיק פֿון דיפּלאָמאַטישער נאָרמאַליזאַציע, צוליב וועלכער ער שטרעבט אויך צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט קובע.

די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן איראַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיך אָנגעהויבן בסוד מיט צוויי יאָר צוריק. די אַנדערע שטענדיקע מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ — בריטאַניע, כינע, פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד — האָבן אויך געשפּילט אַן אַקטיווע ראָלע אינעם פּראָצעס.