דײַטשלאַנד רעסטאַוורירט די תּל־אָבֿיבֿער „בויהײַזער‟

Germany Helps Tel Aviv to Preserve Bauhaus Buildings

איינס פֿון די תּל־אָבֿיבֿער „באַוהאַוז‟, אין 2004
Uriel Sinai/Getty Images
איינס פֿון די תּל־אָבֿיבֿער „באַוהאַוז‟, אין 2004

פֿון ייִט״אַ

Published July 15, 2015, issue of August 07, 2015.

במשך פֿון די קומענדיקע 9 יאָר, וועט דײַטשלאַנד אינוועסטירן 3.2 מיליאָן דאָלאַר, כּדי אָפּצוהיטן די אַלטע תּל־אָבֿיבֿער בנינים, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן אין די 1930ער יאָר לויטן אַרכיטעקטור־סטיל פֿון די דײַטשישע „באַוהאַוז‟ (Bauhaus).

נישט לאַנג צוריק, האָט די דײַטשישע רעגירונג איבערגעגעבן, אַז זי וועט העלפֿן ישׂראל אָפּצוראַטעווען די אַרכיטעקטור־ירושה פֿון די ייִדישע הײַזער־דיזײַנער, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן קיין פּאַלעסטינע פֿון די נאַציס און האָבן אויסגעבויט די בנינים לויט דער דעמאָלטיקער פּאָפּולערער מאָדערניסטישער שיטה. די קונסט־שול פֿון „באַוהאַוז‟ האָט געבליט אין דײַטשלאַנד פֿון 1919 ביז 1933. די היסטאָרישער בנינים געפֿינען זיך אין דער אַזוי־גערופֿענעא „ווײַסער שטאָט‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. דער ערשטער רעמאָנט־פּראָיעקט איז שוין רעפּרעזענטירט געוואָרן פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער ראָש־העיר, רון חולדאַי.

די תּל־אָבֿיבֿער זאַלציקע ים־לופֿט האָט צעשעדיקט די אָריגינעלע טירן, פֿענצטער און אַ טייל אַנדערע עלעמענטן פֿון די אַנדערע בנינים. ווי מע האָט איבערגעגעבן, וועט עס נישט זײַן גרינג אויסצוטוישן געוויסע צעשעדיקטע אַרכיטעקטור־פּרטים אויף נײַע. ווי אַ טייל פֿונעם רעסטאַווראַציע־פּראָיעקט, פּלאַנירט מען אויך צו עפֿענען אַ „„באַוהאַוז־צענטער‟ בײַם תּל־אָבֿיבֿער „הויז אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס־ליבלינג‟. לויטן פּלאַן, וועט דער צענטער זיך עפֿענען אינעם יאָר 2017 און דינען ווי אַ קאָאָרדינאַציע־שטאַב פֿאַר די עקספּערטן, באַטייליקט אינעם פּלאַנירן און אויספֿירן דעם רעמאָנט.

די תּל־אָבֿיבֿער „ווײַסע שטאָט‟ איז דער גרעסטער ראַיאָן פֿון „באַוהאַוז‟ אין דער וועלט, וווּ עס געפֿינען זיך מער ווי 4,000 אַזעלכע בנינים. אינעם יאָר 2003, האָט „יונעסקאָ‟ באַצייכנט די דאָזיקע געגנט ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלן ירושה־אוצר. די אַרכיטעקטן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די בנינים, זענען געווען תּלמידים און נאָכפֿאָלגער פֿון וואַלטער גראָפּיוס (1883—1969), וועלכער האָט מחדש געווען דעם סטיל. די שאַפֿער פֿונעם היסטאָרישן קוואַרטאַל האָבן מיטגעבראַכט אַ טייל בוי־מאַטעריאַלן פֿון דײַטשלאַנד קיין פּאַלעסטינע.