נאָכן בית־דין־של־מעלה

After the Verdict of the Heavenly Court

ספּעקטאַקל “באָנציע שווײַג”, קוטשער – דיטער קליינמיכעל, דינסטמויד – מאַריאַנע שטײַנהאַגען
ספּעקטאַקל “באָנציע שווײַג”, קוטשער – דיטער קליינמיכעל, דינסטמויד – מאַריאַנע שטײַנהאַגען

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

פּסיכאָלאָגיע פֿון שאַפֿן איז אַ רעלאַטיװ נײַע צװײַג פֿון װיסנשאַפֿט, און איך פּערזענלעך האָב אַ גרױסן ספֿק, צי ס׳איז דאָ אױף דער װעלט אַ חכם, װאָס װײסט װי אַזױ ס׳װערט געבױרן אַ קינסטלעריש װערק. עס דאַכט זיך, אַז הײַנטיקע טעג, װען אַלע ייִדישע פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורגן קען מען אַװעקזעצן אין אײן אױטאָ און ס׳װעט נאָך בלײַבן פּלאַץ פֿאַר אַ פּאָר קינדער, װאָלט געװען זײער פּשוט צושטעלן אַ גרופּע פּסיכאָלאָגן צו יעדן ייִדישן שריפֿטשטעלער און דערגײן דעם טאָלק: װאָס באַװעגט מיט די ייִדישע קינסטלער צו אַרבעטן אױף אַ שפּראַך און אין אַ קולטור, װעלכע איז שױן כּמעט אומפֿאַרשטענדלעך און אומבאַקאַנט דער גרױסער װעלט?

בײַ ייִדן איז דאָך תּמיד ניט אַזױ װי בײַ אַנדערע פֿעלקער. און בײַ די אַנדערע?… בײַ די אַנדערע, אַזױ טענהן די װיסנשאַפֿטלער, איז אַלץ קלאָר; די הויפּט־אידעע איז אַרויסגעקומען פֿון לעװ טאָלסטױס טאָגבוך: „זאָלסט שרײַבן נאָר דעמאָלט, װען דו פֿילסט, אַז ניט שרײַבן קענסטו ניט‟. דעם דאָזיקן לאָזונג האָט אונטערגעכאַפּט ערנסט העמינגװײ און, אַ דאַנק זײַן אײַזערנעם אױטאָריטעט, איז טױלסטױס געדאַנק געװאָרן װי אַ מין אַרײַנטריט־בילעט אין דער ליטעראַטן־געזעלשאַפֿט.

פֿאַר די ייִדן, װי איר פֿאַרשטײט, טױג דער לאָזונג ניט, װײַל אַ ייִד װערט געבױרן מיט אַן איבעריקן שרײַב־גען אין בלוט; ס׳הײסט, אין דער נשמה. עס דאַכט זיך, אַז עס איז ניטאָ שױן קײן שרײַבער, ניטאָ שױן קײן לײענער, נאָר… אָט דאָ ניט לאַנג צוריק האָט אײנע אַן אָפֿיציעלע מלוכה־אָרגאַניזאַציע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מעלדונג, אַז זי שטיצט דאָס אַרױסגעבן נײַע ייִדישע ביכער אױף איר חשבון. און װאָס מײנט איר?… עס האָבן זיך באַלד אױסגעפֿונען צענדליקער געהײמע ייִדישע שרײַבערס און מע האָט גלײַך צוגעשטעלט אַ מנה־יפֿה „געניאַלע כּתבֿ־ידן‟. איצט קען יעדער אײנער פֿאַרשטײן, אַז די אײנציקע סיבה פֿון דער נעבעכדיקער צאָל נײַע ייִדישע פּראָזע־װערק אױף די פּאָליצעס פֿון די געצײלטע ייִדישע ביכער־קראָמען, איז דער הױכער פּרײַז פֿון אַרױסגעבן אַ בוך. נאָר גיט אַ חצי־חינם־רוף וועט די ייִדישע פּראָזע באַלד באַהערשן דעם ביכער־מאַרק פֿון אַרקטיק ביז אַנטאַרטיק. װי עס פֿלעגט אָפֿט אַ זאָג טאָן אונדזער לערער מישע לעװ, אױף יענעמס חשבון איז אױך עסיק זיס.

פֿון דער צװײטער זײַט, אפֿשר איז דאָס גאָר ניט שלעכט, אַז די צאָל פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורגן אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור איז אַזױ קלײן, װײַל אַלץ, װאָס מע האָט געקענט זאָגן דעם לײענער, איז שױן געזאָגט געװאָרן, אָבער די צאָל איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף די עיקרדיקע װעלט־שפּראַכן, װי מאָדנע זאָל עס ניט אױסזען, װערט ניט קלענער.

באמת, װאָס עפּעס נײַעס קען ברענגען דער מאָדערנער ייִדישער פּראָזאַיִקער דעם הײַנטצײַטיקן עקזאַלטירטן לײענער? די „שטעטל־טעמע‟ איז שױן אַלעמען מיאוס און נימאס געװאָרן; די „חורבן־טעמע‟, דערצײלט פֿון די יונגע ייִדישע שרײַבער, װעט שטענדיק אױסזען װי אַ רעאַקציע אױף פֿרעמדע געפֿילן און זכרונות — אַזאַ מין בת־קול פֿון אַ בת־קול. איר געדענקט דאָך די קלוגע און ממש נבֿיאישע װערטער פֿון שלמה המלך: פֿאַראַן אַ זאַך, װאָס מע זאָגט דערױף: זע, דאָס איז אַ נײַעס; איז עס שױן געװען אין אַלטע צײַטן, װאָס זײַנען געװען פֿאַר אונדז. ניטאָ קײן זכר פֿון די פֿריִערדיקע, און פֿון די שפּעטערדיקע, װאָס װעלן ערשט זײַן, אױך פֿון זײ װעט קײן זכר ניט זײַן צװישן די, װאָס װעלן זײַן נאָך שפּעטער. (קהלת, א, י, יא).

פּונקט אַזױ װי אינעם רעאַלן לעבן, אױך אין דער ליטעראַטור איז שױן װעגן אַלץ געזאָגט געװאָרן, און נאָך מיט אַ יובֿל צוריק האָט דער גרױסער רוסישער פֿילאָסאָף מיכאַיִל באַכטין געשריבן װעגן דעם „דיאַלאָג צװישן פֿאַרשײדענע בוך־טעקסטן‟. יוליאַ קריסטעװאַ, די פֿראַנצײזישע ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלערין האָט אַרײַנגעפֿירט אַפֿילו אַ נײַעם טערמין — אינטערטעקסטואַלקײט, די צװישנפֿאַרהעלטעניש צװישן די בוך־טעקסטן.