„רבותי“? „מײַנע דאַמען און הערן“? „חשובֿע פֿרײַנד“?

"Gentlemen"? "Ladies and Gentlemen"? "Dear Friends"?

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָט וועל איך אײַך דערציילן אַ מעשׂה־שהיה: מיט אַ 10-15 יאָר צוריק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן ע ה איז געווען אַ געבוירענער אינעם באַסאַראַבער שטעטל ראַשקעוו (הײַנט: מאָלדאָווע). מײַן זיידע האָט גראָד פֿון דאָרטן געהאַט אַ שוואָגער מיט דער פֿאַמיליע פֿרידמאַן. האָב איך געשריבן שרײַבמאַנען און געפֿרעגט צי ער געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אַ משפּחה פֿרידמאַן. האָט ער מיר געענטפֿערט: „כ׳וואָלט געקענט שווערן, מיט אַ ברייטן שמייכל: יונגער־מאַן, בײַ אונדז אין שטעטל האָט מען נישט געוווּסט פֿון קיין משפּחה־נעמען. ווי זשע האָט מען זיי גערופֿן אין דער אמתן…? (אַגבֿ, אַ דאַנק דעם פֿראַנצייזישן פֿילם Jean de Florette, פֿון 1986, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אויך אין די פֿראַנצייזישע דערפֿער האָט מען כּמעט ביז אונדזערע צײַטן זיך נישט באַניצט מיט קיין פֿאַמיליעס.) צווישן מאַמע־לשון און די קריסטלעכע לשונות איז פֿאַראַן נאָך אַ חילוק: בײַ זיי האָט זיך אַנטוויקלט אַ ווענדונג אויך צו פֿרויען, בײַ אונדז — נישט. פֿאַראַן טאַקע „מרת“, מיטן ערשטן נאָמען, אָבער מיר איז נישט באַקאַנט קיין ווענדונג צו אַן עולם פֿרויען. אויף עבֿרית איז יאָ דאָ „גבֿירותי“, פּאַראַלעל צו „רבותי“, אָבער אויף ייִדיש נישט.

אויף פֿראַנצייזיש איז דאָ dame און די ווענדונג Madame, אין תּוך אַרײַן „באַלעבאָסטע“, וואָרן ס’וואַקסט פֿונעם לאַטײַנישן domus „הויז“ (און ס׳קער זיך אויך אָן מיטן פּוילישן dom „הויז“). פֿון פֿראַנצייזיש איז dame אַרײַן אויך אין דײַטשיש און פּויליש (אַ שטייגער, krawiec damski „דאַמען־שנײַדער“).

איז לאָמיר זיך אומקערן צום ענין: ווי ווענדט מען זיך צון אַן עולם? דאָס דײַטשישע Meine Damen und Herren הערט מען אַ מאָל אויף מאַמע־לשון, אָבער פּונקט אַזוי ווי „הער“ איז עס נישט פֿאַרוואָרצלט. אויף פֿראַנצייזיש זאָגט מען Messieurs Dames אָדער Mesdames et Messieurs; ווען מע ווענדט זיך צו אַ פּאָרפֿאָלק זאָגט מען Monsieur Dame.

אויף פּויליש ווענדט מען זיך צו אַ פֿרוי מיט Pani, צו אַ פּאָרפֿאָלק אָדער אַן עולם מיט Państwo. דאָס דאָזיקע וואָרט, państwo, איז אויך טײַטש „מלוכה“, אָבער נישט דאָס זענען מיר איצט אויסן.

הײַנט אויף מאַמע־לשון? מע האָט די דרײַ ברירות וואָס אינעם טיטל: „רבותי“, וואָס דאָס נעמט אַרײַן בלויז מאַנסלײַט; „מײַנע דאַמען און הערן“, וואָס האָט, ווי געזאָגט, נישט קיין ייִדישן טעם; און אַזעלכע ווענדונגען ווי „חשובֿע פֿרײַנד“ (אָדער: „חבֿרים“), וואָס איז טאַקע נישט טראַדיציאָנעל, נאָר וואָס האָט, מיין איך, יאָ אַ ייִדישן טעם.