איז אָבאַמאַ אַזוי ווי טשעמבערלען?

Will Obama Be Like Chamberlain?

נעוויל טשעמבערלען זאָגט צו, אַז זײַן אָפּמאַך מיט היטלער וועט גאַראַנטירן שלום
Central Press/Getty Images
נעוויל טשעמבערלען זאָגט צו, אַז זײַן אָפּמאַך מיט היטלער וועט גאַראַנטירן שלום

פֿון עמי עדן (ייִט״אַ)*

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

נאָכן טעראָר־אַטאַק אויף די צווילינג־טורעמס אין ניו־יאָרק דעם 11טן סעפּטעמבער, 2001, האָט דער דעמאָלטיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, געבעטן די רעגירונגען פֿון אַראַבישע לענדער זיך צו באַטייליקן אין זײַן מלחמה קעגן טעראָר. דער דעמאָלטיקער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אַריאל שרון, האָט שאַרף קריטיקירט בושן און האָט אים פֿאַרגליכן מיטן אַמאָליקן בריטישן פּרעמיער נעוויל טשעמבערלען, וועלכער האָט געחתמעט אַן אָפּמאַך מיט די נאַציס אין 1938, דערלויבנדיק היטלטערן איבערצונעמען טשעכאָסלאָוואַקײַ. שרון האָט געטענהט, אַז בוש פּרוּווט אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט די אַראַבער אויפֿן חשבון פֿון ישׂראל. שרונס ווערטער האָבן אויפֿגעבראַכט דאָס „ווײַסע הויז‟.

ווען אהוד ברק האָט פֿאַרנומען שרונס פּאָזיציע, האָט ער בעת אַ גאַלאַ־קאָנצערט קריטיקירט די אַרויסזאָגונגען פֿון זײַן געוועזענעם קאָלעגע און באַמערקט, אַז דער פֿאַרגלײַך מיט טשעמבערלען איז געווען אַן אומפּאַסיקער. אַדרבה, אין זײַן קעגנערשאַפֿט צו טעראָריזם, לויט ברקס מיינונג, קאָן מען גיכער פֿאַרגלײַך די אַמעריקאַנער און בריטישע רעגירונג מיט טשערטשיל און רוזוועלט. שרון האָט אויך אַראָפּגענידערט זײַן טאָן, און דער סיכסוך איז אין גיכן בטל געוואָרן.

הײַנט, נאָכן אַנומלטיקן אָפּמאַך צווישן איראַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דעם נײַעם סיכסוך צווישן בנימין נתניהו און באַראַק אָבאַמאַ וועט זיך נישט אײַנגעבן אַזוי גרינג אײַנצושטילן. אין קאָנטראַסט מיט שרונס עמאָציאָנעלן קאָמענטאַר, האָט נתניהו כּסדר פֿאַרדאַמט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן און אַ סך מאָל איבערגעחזרט זײַנע זאָרגן וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם.

הגם דער הסכּם מיטן איראַנישן פּרעזידענט איז שוין געשלאָסן געוואָרן, לאָזט נישט נתניהו די באַטייליקטע אין די פֿאַרהאַנדלונגען צו רו. דינסטיק, דעם 14טן יולי, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער זיך באַקלאָגט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז דער אָפּמאַך וועט, כּלומרשט, אין צען יאָר אַרום פֿאַרוואַנדלען איראַן אין אַ רײַכערן און שטאַרקערן טעראָריסטישן רעזשים, דערצו באַוואָפֿנט מיט אַ נוקלעאַרן אַרסענאַל.

אָבאַמאַ און זײַנע געהילפֿן באַטאָנען אָבער, אַז נתניהוס קריטיק האָט נישט קיין שׂכל. פּונקט פֿאַרקערט, די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע גלייבט, אַז איר האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן די פּראָבלעם מיט דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם אויף אַ גיכן און עפֿעקטיוון אופֿן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.