די נאַצי־געשיכטע פֿון מינכן אינעם נײַעם מוזיי

New Museum Documents Munich's Dark Past

באַזוכער באַקוקן אַ טייל פֿונעם נײַעם „נאַצישן מוזיי” אין מינכן, דײַטשלאַנד
Getty Images
באַזוכער באַקוקן אַ טייל פֿונעם נײַעם „נאַצישן מוזיי” אין מינכן, דײַטשלאַנד

פֿון גבֿריאל ראָזענפֿעלד (Forward)

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער נײַער מוזיי לייגט פֿאָר גאָר אַן אַנדער פּערספּעקטיוו אויף דער געשיכטע פֿון מינכן. אין די 1980ער יאָרן, ווען צווישן די דײַטשן האָט זיך אָנגעהויבן אַ כוואַליע פֿון נאַציאָנאַליזם, איז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע אויפֿגעטראָטן מיט אַ באַשיידענעם פֿאָרלייג צו שאַפֿן אַ דאָקומענטאַציע־צענטער, וואָס זאָל דערציילן וועגן דער פֿינצטערער זײַט פֿון דער מינכענער געשיכטע. סוף־כּל־סוף, נאָך ענדלאָזיקע האַווענישן און דעבאַטן, כּמעט מיט 30 יאָר שפּעטער, איז דער פּראָיעקט טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.

פֿערמעס האָט באַמערקט, אַז עס וואָלט געווען בעסער צו שאַפֿן אַזאַ מוזיי אין די 1990ער יאָרן, ווען די וועלט איז געווען פֿאַרזאָרגט וועגן דער פֿאַראייניקונג פֿון דײַטשלאַנד. אין בערלין, נירנבערג און קעלן האָט מען שוין לאַנג אָנערקענט די נאַצי־פֿאַרגאַנגענהייט און געעפֿנט דאָרטן ענלעכע מוזייען. מינכן איז אָבער ביז איצט געבליבן אַ יוצא־מן־הכּלל, נישט געקוקט אויף די טיפֿע פֿאַרבינדונגען מיט דער נאַצי־געשיכטע.

ווען דער מוזיי האָט זיך געעפֿנט, האָט ער במשך פֿון איין חודש צוגעצויגן טויזנטער באַזוכער. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי אַזאַ אינסטיטוטציע וועט אַרויסרופֿן אַ ממשותדיקן עפֿעקט אין אַ לאַנד, וווּ די תּושבֿים זאָרגן זיך הײַנט וועגן גאָר וועגן אַנדערע פּראָבלעמען: די אינטעגראַציע פֿון אויסלענדער, דאָס אָרט פֿון דײַטשלאַנד אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, די אָנגייענדיקע דעבאַטן וועגן רוסלאַנד און דעם מיטל־מיזרח.

עס קאָן זײַן, אַז דער אָנדענק־צענטער וועט העלפֿן צו באַקעמפֿן די קסענאָפֿאָבישע שטימונגען לגבי די אימיגראַנטן און די טענות פֿון די גריכן און איטאַליענער, וואָס קריטיקירן אַנגעלאַ מערקעלס רעגירונג ווי אַ „פֿערטן רײַך‟ פֿאַר דער דעמאָנירנדיקער ראָלע פֿון דער דײַטשישער עקאָנאָמישער פּאָליטיק אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. פֿאַרשטייט זיך, מען קאָן נישט איבערקערן אויף קאַפּויער די רעדער פֿון דער געשיכטע. די דײַטשן וועלן ווײַטער טראַכטן וועגן די שוידערלעכע פֿאַרברעכנס, וואָס זייער לאַנד איז באַגאַנגען בשעת דער מלחמה. קיין מוזיי איז נישט מסוגל צוריקצוברענגען די טויטע. אַזעלכע צענטערס העלפֿן אָבער צו פֿאַרשטיין, אַז די פֿאַשיסטישע אידעען בלײַבן נאָך אַלץ אַן אַקטועלע סכּנה, וואָס מע מוז באַקעמפֿן.

פֿערמעס האָט געענטפֿערט אויף מײַן קשיא, אַז ווען היטלער וואָלט הײַנט געקומען אינעם נײַעם מינכענער מוזיי, וואָלט ער מודה געווען, אַז דער צענטער שילדערט די געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג אויף אַ גענויעם פּינקטלעכן אופֿן. ער וואָלט אָבער נישט געווען צופֿרידן, אַז די ליבעראַלן האָבן פֿאַרוואַנדלט זײַנע „דערגרייכונגען‟ אין אַ סטראַשילדע. מיר דאַרפֿן געדענקען, אַז כּדי צו באַקעמפֿן אַזעלכע אידעאָלאָגיעס, ווי נאַציזם, איז נישט גענוג אַרומצופֿירן זייערע אָנהענגער איבער די מוזייען. דער נײַער מינכענער צענטער דערמאָנט אונדז, אַז מע טאָר נישט דערלויבן קיין נײַע אויפֿשטײַגן פֿון ווילדן און בלינדן נאַציאָנאַליזם.