די נאַצי־געשיכטע פֿון מינכן אינעם נײַעם מוזיי

New Museum Documents Munich's Dark Past

באַזוכער באַקוקן אַ טייל פֿונעם נײַעם „נאַצישן מוזיי” אין מינכן, דײַטשלאַנד
Getty Images
באַזוכער באַקוקן אַ טייל פֿונעם נײַעם „נאַצישן מוזיי” אין מינכן, דײַטשלאַנד

פֿון גבֿריאל ראָזענפֿעלד (Forward)

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

וואָס וואָלט אַדאָלף הילטער געזאָגט, ווען ער קוקו הײַנט אַרײַן אינעם דאָקומענט־צענטער פֿון נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם, וועלכער האָט זיך נישט לאַנג צוריק געעפֿנט אין מינכן? אַזאַ קשיא האָב איך געפֿרעגט בײַם דײַטשישן שרײַבער טימור פֿערמעס, ווען מיר האָבן באַזוכט דעם נײַעם מוזיי. פֿערמעס איז דער מחבר פֿונעם שטאַרק אויסגענומענעם בוך „קוקט, ווער ס‘איז צוריקגעקומען‟, וווּ דער מחבר שטעלט זיך פֿאָר, אַז דער נאַצי־פֿירער שטייט אויף בײַ תּחית־המתים, באַווײַזט זיך אינעם הײַנטיקן בערלין און ווערט דאָרטן אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־מענטש.

דער סאַטירישער ראָמאַן איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף 42 שפּראַכן. אין דײַטשלאַנד זענען שוין פֿאַרקויפֿט געוואָרן 2 מיליאָן עקזעמפּלאַרן פֿון פֿערמעסעס ווערק. דאָס איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער טענדענץ צווישן די הײַנטיקע דײַטשן, וואָס דערלויבן זיך צו באַטראַכטן הילטער נישט בלויז ווי אַ סימבאָל פֿון שוידערלעכער רציחה, נאָר אויך ווי אַן אָביעקט פֿון סאַטירע און חוזק.

די דאָזיקע טענדענץ איז פֿאַרבונדן מיט דער וואַקסנדיקער מאָדע אויף נאַצי־סימבאָלן אַרום דער וועלט. אויפֿן יוטוב פֿאַרשפּרייטן זיך אומצאָליקע פּאַראָדיעס אויף די היציקע רעדעס פֿונעם נאַצי־דיקטאַטאָר, און אין אינדיע האָט זיך באַוויזן אַ סאָרט אײַזקרעם מיטן צווייפֿלהאַפֿטיקן נאָמען „היטלער‟. הילטערס בלוטיקע ירושה ווערט הײַנט אויסגענוצט פֿאַר פֿאַרשיידענע קאָמערציעלע און הומאָריסטישע פּראָיעקטן.

דער נײַער מינכענער מוזיי פֿירט אײַן אַ וויכטיקע און אַקטועלע קאָרעקטיוו צו דער דאָזיקער סיטואַציע. דער צענטער שטייט אויפֿן שטח, וווּ עס האָט זיך אַמאָל געפֿונען דער ערשטער הויפּט־שטאַב פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי, דאָס טרויעריק־באַרימטע „ברוינע הויז‟, לעבן דעם מאָנומענטאַלן „פֿירער־בנין‟. דאָרט, אינעם יאָר 1938, האָט מען געחתמעט דעם „מינכענער אָפּמאַך‟. דער צענטער דערמאָנט אונדז, אַז די גאַנצע שטאָט איז טיף היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער נאַציסטישער באַוועגונג.

אויף עטלעכע שטאָקן פֿונעם מוזיי ווערן אויסגעשטעלט גאַלעריעס פֿון פֿאַרשיידענע אַרטעפֿאַקטן, וואָס ווײַזן, ווי אַזוי די יונגע תּושבֿים פֿון דער שטאָט האָבן ענטוזיאַסטיש אונטערגעהאַלטן היטלערן אין די 1920ער יאָרן; ווי אַזוי נאָך 1935 איז מינכן געוואָרן דער נאַציאָנאַלער צענטער פֿון דער נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישער פּאַרטיי; און ווי אַזוי אינעם יאָר 1939, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה, האָט מינכן געשפּילט אַ פֿינצטערע ראָלע אין דער נאַצי־רציחה.

במשך פֿון צענדליקער יאָרן נאָך דער מלחמה, איז איז מינכן אָנגענומען געוואָרן דער אימאַזש פֿון אַ גליקלעך, קאָסמאָפּאָליטיש און האַרציק אָרט. ס׳רובֿ תּושבֿים האָבן געשטרעבט צו פֿאַרגעסן, אַז זייער שטאָט איז אויך טרויעריק באַרימט ווי דאָס וויגעלע פֿון נאַציזם. אָנהייבנדיק פֿון 1945, האָט מען אין מינכן איבערגעבויט אַ סך בנינים, כּמעט אינגאַנצן אויסמעקנדיק די מלחמה־אַסאָציאַציעס. אויף די אָרטיקע הזכּרה־דענקמעלער, ווערן די ייִדן זענען דערמאָנט צווישן די קרבנות פֿון נאַציזם.

דער נײַער מוזיי לייגט פֿאָר גאָר אַן אַנדער פּערספּעקטיוו אויף דער געשיכטע פֿון מינכן. אין די 1980ער יאָרן, ווען צווישן די דײַטשן האָט זיך אָנגעהויבן אַ כוואַליע פֿון נאַציאָנאַליזם, איז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע אויפֿגעטראָטן מיט אַ באַשיידענעם פֿאָרלייג צו שאַפֿן אַ דאָקומענטאַציע־צענטער, וואָס זאָל דערציילן וועגן דער פֿינצטערער זײַט פֿון דער מינכענער געשיכטע. סוף־כּל־סוף, נאָך ענדלאָזיקע האַווענישן און דעבאַטן, כּמעט מיט 30 יאָר שפּעטער, איז דער פּראָיעקט טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.

פֿערמעס האָט באַמערקט, אַז עס וואָלט געווען בעסער צו שאַפֿן אַזאַ מוזיי אין די 1990ער יאָרן, ווען די וועלט איז געווען פֿאַרזאָרגט וועגן דער פֿאַראייניקונג פֿון דײַטשלאַנד. אין בערלין, נירנבערג און קעלן האָט מען שוין לאַנג אָנערקענט די נאַצי־פֿאַרגאַנגענהייט און געעפֿנט דאָרטן ענלעכע מוזייען. מינכן איז אָבער ביז איצט געבליבן אַ יוצא־מן־הכּלל, נישט געקוקט אויף די טיפֿע פֿאַרבינדונגען מיט דער נאַצי־געשיכטע.

ווען דער מוזיי האָט זיך געעפֿנט, האָט ער במשך פֿון איין חודש צוגעצויגן טויזנטער באַזוכער. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי אַזאַ אינסטיטוטציע וועט אַרויסרופֿן אַ ממשותדיקן עפֿעקט אין אַ לאַנד, וווּ די תּושבֿים זאָרגן זיך הײַנט וועגן גאָר וועגן אַנדערע פּראָבלעמען: די אינטעגראַציע פֿון אויסלענדער, דאָס אָרט פֿון דײַטשלאַנד אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, די אָנגייענדיקע דעבאַטן וועגן רוסלאַנד און דעם מיטל־מיזרח.

עס קאָן זײַן, אַז דער אָנדענק־צענטער וועט העלפֿן צו באַקעמפֿן די קסענאָפֿאָבישע שטימונגען לגבי די אימיגראַנטן און די טענות פֿון די גריכן און איטאַליענער, וואָס קריטיקירן אַנגעלאַ מערקעלס רעגירונג ווי אַ „פֿערטן רײַך‟ פֿאַר דער דעמאָנירנדיקער ראָלע פֿון דער דײַטשישער עקאָנאָמישער פּאָליטיק אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. פֿאַרשטייט זיך, מען קאָן נישט איבערקערן אויף קאַפּויער די רעדער פֿון דער געשיכטע. די דײַטשן וועלן ווײַטער טראַכטן וועגן די שוידערלעכע פֿאַרברעכנס, וואָס זייער לאַנד איז באַגאַנגען בשעת דער מלחמה. קיין מוזיי איז נישט מסוגל צוריקצוברענגען די טויטע. אַזעלכע צענטערס העלפֿן אָבער צו פֿאַרשטיין, אַז די פֿאַשיסטישע אידעען בלײַבן נאָך אַלץ אַן אַקטועלע סכּנה, וואָס מע מוז באַקעמפֿן.

פֿערמעס האָט געענטפֿערט אויף מײַן קשיא, אַז ווען היטלער וואָלט הײַנט געקומען אינעם נײַעם מינכענער מוזיי, וואָלט ער מודה געווען, אַז דער צענטער שילדערט די געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג אויף אַ גענויעם פּינקטלעכן אופֿן. ער וואָלט אָבער נישט געווען צופֿרידן, אַז די ליבעראַלן האָבן פֿאַרוואַנדלט זײַנע „דערגרייכונגען‟ אין אַ סטראַשילדע. מיר דאַרפֿן געדענקען, אַז כּדי צו באַקעמפֿן אַזעלכע אידעאָלאָגיעס, ווי נאַציזם, איז נישט גענוג אַרומצופֿירן זייערע אָנהענגער איבער די מוזייען. דער נײַער מינכענער צענטער דערמאָנט אונדז, אַז מע טאָר נישט דערלויבן קיין נײַע אויפֿשטײַגן פֿון ווילדן און בלינדן נאַציאָנאַליזם.