ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published July 16, 2015, issue of August 07, 2015.

די „דאַיאַ‟ איז קעגן דער קאַמער

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה און די „דאַיאַ‟ האָבן זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דער קאַמער, װאָס דאַרף באַשטימען, צי דער אָפּמאַך צװישן אַרגענטינע און איראַן איז קאָנסטיטוציאָנעל. די רעגירונג האָט באַשטימט אַ נײַעם ריכטער, אָבער די יוסטיץ האָט אַרויסגעגעבן אַ פּסק־דין, אַז באַשטימען פּראָװיזאָרישע ריכטערס איז קעגן געזעץ. דער העכסטער געריכט דאַרף איצט באַשטימען דעם ענין.


נאָך איין אומגעזעצלעכער אַקט פֿון דער רעגירונג

אין אַלע דעמאָקראַטישע לענדער איז שטרענג פֿאַרבאָטן, אַ ריכטער זאָל בעטן, אַז אַ מישפּט זאָל אַריבער צו זײַן רשות. דאָס איז קעגן אַלע געזעצלעכע נאָרמעס. דאָך, איז באַקאַנט געװאָרן, אַז די ריכטערין אַנאַ פֿיגעראָאַ האָט אין 2012 געבעטן שריפֿטלעך, אַז דער מישפּט װעגן אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער קהילה, װאָס שלעפּט זיך שוין 21 יאָר, זאָל באַהאַנדלט װערן גענצלעך אין איר טריבונאַל. עס איז גוט באַקאַנט, אַז די ריכטערין האָט מיטגעאַרבעט מיטן לעגאַלן ראָטגעבער פֿון דער אַרגענטינער פּרעזידענטין, קאַרלאָס זאַניני, װאָס איז דער קאַנדידאַט צו ווערן װיצע־פּרעזידענט פֿונעם אָפֿיציאַליזם אויף די קומענדיקע װאַלן. דאָס איז נאָך אַ באַװײַז װי מען האָט געװאָלט נאָך אַ מאָל פֿאַרפּאַטשקען די אויספֿאָרשונגען אין שײַכות מיטן אַטענטאַט.


פּראָקוראָר ניסמאַנס ענין: ס‘איז קלאָר, אַז ס‘איז גאָרנישט קלאָר

זעקס חדשים זײַנען אַריבער נאָך דעם װי מען האָט געפֿונען אַ טויטן דעם פּראָקוראָר ניסמאַן און דאָס איינציקע װאָס איז קלאָר זײַנען די ספֿקות איבער דעם ענין. מען װייסט נאָך נישט די שעה, װען ער איז געשטאָרבן, צי ער האָט געגוססט אָדער נישט, צי ער איז געשטאַנען אָדער אויף די פֿיס אָדער אויף די קני, װען מען האָט אים דערשאָסן. עס זײַנען נישט קלאָר די בלוטפֿלעקן אינעם װאַשצימער און אויף זײַנע הענט, און מען װייסט אויך נישט, צי זײַנע קאָמפּיוטערס און מאָבילקעס זײַנען אינטערװענירט געװאָרן דורך װירוסן.

ערשט דינסטיק, דעם 14טן יולי האָט מען זיך גענומען אַנאַליזירן דעם „ראַוטער‟ פֿון זײַן אינטערנעץ, נאָך דעם װי אַ טעכניקער האָט בעת אַ טעלעװיזיע־פּראָגראַם דערקלערט, אַז מען װאָלט געקענט געפֿינען װיכטיקע מאַטעריאַלן דאָרטן. 6 חדשים און איין זאַך איז קלאָר — די אויספֿאָרשונג לײַדט פֿון דער נישט־פּראָפֿעסיאָנאַלער געניטקייט פֿון פֿאָרשערס און ריטערס.

מען שטוינט אויך, פֿאַר װאָס די פּראָקוראָרין פֿײַן האָט נישט גענומען אין באַטראַכט 961 דיסקן מיט איבער 5,000 שעה טעלעפֿאָנישע שמועסן, װאָס ניסמאַן האָט ציטירט אין זײַן אָנקלאָג.


ישׂראל װעט רעפּאַרירן און מאָדערניזירן 74 אַרגענטינער טאַנקען

ישׂראל װעט רעפּאַרירן און מאָדערניזירן 74 אַרגענטינער טאַנקען, װאָס מען האָט פֿאַבריצירט מיט 40 יאָר צוריק. דער אַרגענטינער פֿאַרטיידיקונג־מיניסטער אַגוסטין ראָסי האָט אונטערגעשריבן דעם 7טן יולי אַן אָפּמאַך, װאָס איז ערשט באַקאַנט געװאָרן, מיט דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אינדוסטריע אין באַטרעף פֿון 111 מיליאָן דאָלאַר. סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַרגענטינע באַהאַנדלט מען דעם אָפּמאַך. די אַרגענטינער קװאַלן האַלטן, אַז דאָס איז אַ פֿאָרעם צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צװישן ביידע מדינות נאָכן סיכסוך װעגן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, און פֿאַר דער ישׂראלדיקער פּרעסע איז עס זיכער אַ געשעפֿט, װאָס האָט קיין לאָגיק ניט.


אַ באַזוך פֿון דער באַקאַנטער ישׂראל־זשורנאַליסטקע

די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטין, אילנה דיין, האָט באַזוכט איר געבוירן־שטאָט בוענאָס-אײַרעס און איז דינסטיק, דעם 14טן יולי אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע. זי האָט אין איר װאָרט אַנאַליזירט די באַציִונגען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַרגענטינע מיט איראַן און ישׂראל; די פּאָליטישע לאַגע אין ישׂראל נאָך די װאַלן, און דערציילט אַנעקדאָטן פֿון איר טאַטן, מרדכי דיין ע״ה, אַ זון פֿון אימיגראַנטן אין די קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש, װאָס נאָך זײַן עליה האָט ער פֿאַרנומען װיכטיקע פּאָזיציעס אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און פֿאַרענדיקט זײַן קאַריערע װי דער װעלט־פּרעזידענט פֿון „קרן קימת‟.


תּורהפּיע — דאָס לעבן לויט די פּרינציפּן פֿון ייִדישקייט

די געמיינדע „עמיחי‟ האָט מיטװאָך דעם 15טן יולי אָנגעהויבן װעכנטלעכע טרעפֿונגען אונטערן טיטל „תּורהפּיע‟ (טאָראַפּיע אַנשאָט טעראַפּיע). אַלעכאַנדראָ אַװרוך אַנאַליזירט די פּראָבלעמען פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן לויט די פּרינציפּן און קאָנצעפּציעס פֿון ייִדישקייט.


אַ מאָדערנער קינסטלערישער פּראָטעסט־מיטל

אַ קינסטלערישע אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אין בוענאָס־אײַרעס צו דערמאָנען די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט אויף דעם בנין פֿון דער קהילה. דער נאָמען פֿון דער קונסט־פּראָדוקציע איז געװען „דער אַנטימאַרש‟. מיטװאָך דעם 8טן יולי האָבן 85 יונגע סטודענטן פֿון דער קונסט־אַקאַדעמיע, לויט דער צאָל אומגעקומענע, אָנגעטאָן װי בלויע געשפּענסטן, מאַרשירט בערך אַ מײַל, גייענדיק אויף צוריק, פֿונעם בנין פֿון העכסטן געריכט ביז דער קהילה, אויף צו דעמאָנסטרירן קעגן דער יוסטיץ, װאָס האָט נאָך 21 יאָר גאָר נישט אויפֿגעטאָן. דער קינסטלער מוקי טענענבאַום האָט פֿירגעבראַכט אָט-דעם מאָדערנעם קינסטלערישן אויסדרוק־מיטל.


שולדיק זײַנען ווידער די ייִדן

דער אויסערן־מיניסטער טימערמאַן האָט דינסטיק, דעם 14טן יולי דורכגעמאַכט אַ שװערע אָפּעראַציע אויף דער לעבער. די אַרגענטינער פּרעזידענטן האָט אין אַ „טװיט‟ דערקלערט, אַז דאָס איז אויך אַ קאָנסעקװענץ פֿון דעם, װאָס די „דאַיאַ‟ און די קהילה האָבן אים גערופֿן „פֿאַררעטער‟; ער איז טאַקע אַ ייִד, אָבער פֿריִער איז ער אַן אַרגענטינער, און די אָנפֿירערשאַפֿט דאַרף זיך פֿאַר אים אַנטשולדיקן.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.