קריסטלעכע ציוניסטן שטאַרק קעגן אָפּמאַך מיט איראַן

Christian Zionists Strongly Opposed to Deal With Iran

Getty Images

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published July 17, 2015, issue of August 07, 2015.

ווײַזנדיק איר איבערגעגעבנקייט צו מדינת־ישׂראל, האָט די עוואַנגעליסטישע אָרגאַניזאַציע „קריסטן פֿאַראייניקט פֿאַר ישׂראל‟ (CUFI) די וואָך געגרינדעט אַ קאַמפּאַניע איבערצוצײַגן דעם קאָנגרעס נישט אָנצונעמען דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן.

בעת איר יערלעכער קאָנפֿערענץ די וואָך, האָבן די קריסטלעכע ציוניסטן — סײַ דורך רעטאָריק, סײַ דורך אינהאַלט — געוואָרנט, אַז דער אָפּמאַך, דורכגעפֿירט פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, קאָן גורם זײַן „נאָך איין חורבן‟, און אַ ריי רעפּוקבליקאַנער פּאָליטיקער און פּרעזידענט־קאַנדידאַטן האָבן עפֿנטלעך אָפּגעוואָרפֿן די השׂגה פֿון צוויי מדינות, ווי אַ לייזונג צום קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

„די לייזונג פֿון צוויי מדינות איז אַ באָבע־מעשׂה,‟ האָט דערקלערט דער געוועזענער גובערנאַטאָר פֿון אַרקענסאָ, מײַק האָקאַבי, פֿאַר אַ באַגײַסטערטן עולם אינעם וואַשינגטאָנער קאָנפֿערענץ־צענטער. האָקאַבי איז איינער פֿון 15 פּאָליטיקער, וועלכע האָפֿן נאָמינירט צו ווערן ווי דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט.

CUFI, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 10 יאָר צוריק, האָט הײַנט 2.2 מיליאָן מיטגלידער און אַ בודזשעט, וואָס האָט אין 2014 באַטראָפֿן מער פֿון 7 מיליאָן דאָלאַר — די גרעסטע פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע. ביז לעצטנס האָט CUFI זיך פֿאַרלאָזט אויף „אייפּעק‟ און אַנדערע פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס, דורכצופֿירן די שתּדלנות־אַרבעט אין וואַשינגטאָן. איצט אָבער, אַז CUFI האַלט אין איין צוציִען מער מיטגלידער און פֿאָנדן, און זעענדיק, אַז „אייפּעק‟ איז נישט אַזוי קעמפֿעריש וועגן דעם אָפּמאַך ווי זי אַליין איז, האָט די גרופּע באַשלאָסן צו שיקן איר אייגענע פּראָ־ישׂראלדיקע לאָבי אינעם קאָנגרעס און צו די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן.

די לאָבי וועט אָנגעפֿירט ווערן פֿון גערי באַוער, און וועט האָבן אַ בודזשעט פֿון עטלעכע מיליאָן דאָלאַר, און אַ טוץ אָנגעשטעלטע. „מיר וועלן לאָזן יעדן פּרעזידענט־קאַנדידאַט וויסן, אַז אטנדזער מיטגלידערשאַפֿט באַשטייט פֿון 2.2 מיליאָן הויזגעזינדן,‟ האָט דזשאָן הייגי, דער גרינדער פֿון CUFI, געזאָגט דעם „וואַשינגטאָן פּאָסט‟. „ווען איך וואָלט געווען אַ קאַנדידאַט, בפֿרט פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, וואָלט איך גוט אויסגעפֿאָרשט די פֿראַגע, וויפֿל וויילער וועלן שטימען אויפֿן סמך פֿון אַ קאַנדידאַטס שײַכות צו ישׂראל.‟

זעקס פֿון די קאַנדידאַטן האָבן זיך באַטייליקט אינעם פּרעזידענטן־פֿאָרום בעת דער קאָנפֿערענץ, און אַלע האָבן אויסגעדריקט אַ שפּאַרבערישע שטעלונג — ס׳רובֿ פֿון זיי נאָך מער רעכט־געשטימט ווי בנימין נתניהוס רעגירונג אָדער „אייפּעק‟.

„אַ לייזונג פֿון צוויי מדינות איז נישט מעגלעך אַזוי לאַנג ווי די פּאַלעסטינער האָבן אַ שותּפֿות מיט ׳כאַמאַס׳‟, האָט סענאַטאָר לינדזי גרייאַם באַמערקט. דער געוועזענער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר דזשאָרדזש פּאַטאַקי האָט דערקלערט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן טאָר זיך נישט ריכטן, אַז ישׂראל זאָל זיך צוריקציִען צו די גרענעצן פֿאַר 1967. דער טעקסאַס־סענאַטאָר טעד קרוז האָט געטענהט, אַז אַמעריקע טאָר נישט זאָגן אַ דעה ישׂראל, ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו די פּאַלעסטינער.

די קעמפֿערישע רייד וועגן דעם פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט איז נישט די איינציקע זאַך, וואָס שיידט אָפּ די קריסטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדישע פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס. איין גרויסער אונטערשייד, למשל, איז אַז CUFI ווענדט זיך, דער עיקר, צו די רעפּובליקאַנער וויילער און פּאָליטיקער, בעת „אייפּעק‟ האַלט, אַז דער פּראָ־ישׂראלדיקער אַקטיוויזם דאַרף זײַן אַן אומפּאַרטיייִשער.

די פֿראַגע איז, צי CUFI וועט קענען איבערגעבן איר שטאַרקע פּראָ־ישׂראלדיקע שטעלונג צום ייִנגערן דור. געוויסע פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן שוין באַמערקט, אַז די ייִנגערע עוואַנגעליסטן זענען ווייניקער איבערגעגעבן דער פּראָ־ישׂראלדיקער פֿילאָסאָפֿיע ווי דער עלטערער דור. טאַקע דערפֿאַר האָט CUFI געבראַכט 500 סטודענטן צו דער קאָנפֿערענץ, וווּ מע האָט זיי געמוטיקט צו ווערן צוקונפֿטדיקע אַקטיוויסטן. איינער פֿון די סטודענטן, דזשערעמי וואַשינגטאָן, פֿון באָטלער־אוניווערסיטעט אין אינדיאַנע, פֿאָרט אָפֿט אין פֿאַרשיידענע קאָלעדזש־קאַמפּוסן צו פּריידיקן פֿאַר ישׂראל, און גייט אַפֿילו אויף פּאַלעסטינער פֿאַרזאַמלונגען, כּדי צו שטעלן זיי האַרבע פֿראַגעס. „געוויינטלעך ווייסן זיי נישט ווי צו ענטפֿערן,‟ האָט ער געזאָגט.

דזשערעמי וואַשינגטאָן האַלט נישט, אַז די ייִנגערע שטיצן ישׂראל ווייניקער. „זיי ווייסן פּשוט זייער ווייניק וועגן דעם ענין,‟ האָט ער באַטאָנט.

אָבער דזשעראַלד בענעט, אַ 33־יאָריקער גראַדויִר־סטודענט אין ליבערטי־אוניווערסיטעט, וועלכער באַצייכנט זיך פֿאַר אַ מעסיקן עוואַנגאַליסט, האַלט, אַז דאָס קריסטלעכע גלויבן דאַרף זײַן מער יושרדיק צו ביידע צדדים. „מיר דאַכט זיך, אַז דער ייִנגערער דור איז מער פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿראַגע, ווי קענען סײַ די ישׂראלים, סײַ די פּאַלעסטינער לעבן בשלום צוזאַמען,‟ האָט ער געזאָגט.

לויט אַן אַנקעטע פֿון LifeWay Research, זענען די ייִנגערע קריסטן הײַנט טאַקע ווייניקער גענייגט ווי זייערע עלטערן צו גלייבן, אַז גאָט האָט אַ ספּעציעלן בונד מיט ישׂראל, אָדער אַז די גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ רעאַליזירונג פֿון דער ביבלישער נבֿואה.

דערווײַל מוז CUFI געפֿינען אַ נײַעם דירעקטאָר. דייוויד בראָג, וועלכער האָט פֿאַרוואַנדלט די אָרגאַניזאַציע פֿון אַ קליינעם קלויסטער־קלוב אין אַ לאַנדישער אָרגאַניזאַציע, האָט לעצטנס פֿאַרלאָזט די פּאָזיציע, כּדי צו ווערן דער ערשטער דירעקטאָר פֿון „קאַמפּוס מאַקאַבעוס‟, די אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט פֿון שעלדאָן איידלסאָן און חיים סבון, כּדי צו קעמפֿן קעגן דער בויקאָטיר־באַוועגונג אויף די קאָלעדזש־קאַמפּוסן. CUFI האָט אָבער קלאָר געמאַכט, אַז בראָג וועט ווײַטער בלײַבן אויף איר עקזעקוטיווע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.