ליידי גאַגאַס ישׂראלדיקער שיך־דיזײַנער

Lady Gaga’s Israeli Shoe Designer

עטלעכע בײַשפּילן פֿון קאָבי לויס (לינקס) שאַפֿונגען; בושל־שיך (אונטן) מיט אָפּצאַסן פֿאַרקויפֿן זיך פֿאַר $1,960
Courtesy of Kobi Levi
עטלעכע בײַשפּילן פֿון קאָבי לויס (לינקס) שאַפֿונגען; בושל־שיך (אונטן) מיט אָפּצאַסן פֿאַרקויפֿן זיך פֿאַר $1,960

פֿון דעבראַ קאַמין (ייִט״אַ)

Published July 17, 2015, issue of August 07, 2015.

תּל־אָבֿיבֿ. — דער שיך־דיזײַנער קאָבי לוי האָט געהאַלטן אין מיטן אַרבעטן אין זײַן אַטעליע אין 2011, ווען ער האָט באַקומען אַ בליצבריוו, וואָס האָט אים אויסגעזען ווי אַ וויץ פֿון זײַנע חבֿרים.

דער מענטש האָט געשריבן, אַז ער איז אַ סטודיאָ־עקזעקוטיוו, וועלכער אַרבעט אויף ליידי גאַגאַס נײַסטן מוזיק־ווידעאָ פֿאַרן ליד Born This Way. דער סטודיאָ האָט געוואָלט באַשטעלן עטלעכע פּאָר פֿון לויס קינסטלערישע שטיוול, וואָס די זינגערין זאָל טראָגן אינעם ווידעאָ.

ווען לוי האָט זיך דערוווּסט, אַז דאָס איז טאַקע אַ בליצבריוו פֿון ליידי גאַגאַס קאָמאַנדע, האָט ער זיך דערפֿרייט פֿון זײַן גוטן מזל, אָבער געהאַט אַ פּראָבלעם: ער האָט נישט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ פּרײַז צו רעכענען, ווײַל זינט ער האָט אָנגעהויבן שאַפֿן די אויסטערלישע שיך, האָט ער נישט פֿאַרקויפֿט אַפֿילו קיין איין פּאָר.

זינט דעמאָלט אָן האָט דער 40־יאָריקער לוי שוין פֿאַרקויפֿט אַ סך פּאָר שיך, בפֿרט די מיט גאָר הויכע אָפּצאַסן. הגם ער האָט נישט געוואָלט אויסזאָגן וויפֿל ער האָט שוין פֿאַרדינט דערפֿון, זאָגט ער, אַז ס׳איז אַ גאַנץ גוטע פּרנסה.

זײַנע שאַפֿונגען זענען נישט סתּם שיך, נאָר פֿאַנטאַסטישע קונסטווערק, ווי, למשל, צונויפֿגעפֿלאָכטענע פֿלאַמינגאָס, אַ פּאָרצעלײַענע קאַווע־קרוג און אַ האַלב־אָפּגעשיילטע באַנאַנע.

בעת אַן אינטערוויו איבער אַ טעפּל קאַווע אויף דער קינסטלערישער גאַס נחלת בנימין, אין תּל־אָבֿיבֿ, מאַכט לוי דעם אײַנדרוק פֿון אַ באַשיידענעם יונגערמאַן: ער טראָגט פּשוטע דזשינס און אַ זומער־לײַבל, און טיפּישע, מענערישע גומע־שיך. ווען מיר טרעפֿן זיך, איז ער מיד אָבער גליקלעך, ווײַל ער און זײַן חבֿרטע האָבן ערשט געהאַט אַ מיידעלע, וואָס זיי וועלן דערציִען צוזאַמען, כאָטש קיין פּאָר זענען זיי נישט.

ער ווייסט אַליין נישט, וואָס ס׳האָט אים צוגעצויגן צו שאַפֿן שיך, אָבער אַפֿילו ווי אַ ייִנגל, פֿלעגט ער זיצן און צייכענען בילדער פֿון זיי. „די פֿאָרמען זענען מיר געווען זייער אינטערעסאַנט, ווײַל ס׳איז אַ מין קונסטווערק, וואָס ליגט נישט סתּם אויף אַ פּאָליצע און זאַמלט שטויב.‟

לוי, וואָס אַרבעט נאָך אַלץ אינעם זעלבן צימער פֿון זײַן תּל־אָבֿיבֿער דירה, מאַכט יעדע פּאָר מיט די אייגענע הענט. זײַן אַטעליע איז ציכטיק־ריין און אָרגאַניזירט. ברייטע פּאַסן סחורה פֿון העלן געל־גרין ביז שרײַיִקן פּורפּל הענגען אויף דער וואַנט לויטן סדר פֿונעם רעגן־בויגן. הײַנט האָט ער שוין באַשטימט די פּרײַזן פֿאַר יעדער פּאָר — געוויינטלעך, צווישן $800 און $3,000.

„וואָס מער אויסטערליש די שיך, אַלץ מער קאָסט עס — האָט ער דערקלערט — ווײַל די זייער שאַפֿערישע שיך פֿאָדערן מער צײַט צו מאַכן, און ווײַל מע קויפֿט עס צוליב דער קינסטלערישקייט.‟

ער פֿאַרשטייט אָבער, אַז אַזוינע שיך זענען נישט פֿאַר אַלעמען. „דער ציל פֿון מײַנע שיך איז נישט באַקוועמקייט, נאָר שיינקייט,‟ האָט ער געזאָגט.