עטל ראָזענבערג — טאַקע נישט שולדיק?

Ethel Rosenberg, Innocent?

עטל און יוליוס ראָזענבערג אונטערן אַרעסט
Wikipedia
עטל און יוליוס ראָזענבערג אונטערן אַרעסט

פֿון ייִט״אַ

Published July 17, 2015, issue of August 07, 2015.

נישט לאַנג צוריק, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג פּובליקירט די געריכט־דאָקומענטן, וועלכע זענען ביז איצט געבליבן אַ סוד, לויט וועלכע עס קאָן זיך אַרויסגעוויזן, אַז עטל און יוליוס ראָזענבערג זענען אומיושרדיק פֿאַראורטיילט געוואָרן צום טויט און הינגעריכט פֿאַרן איבערגעבן דער סאָוועטישער רעגירונג די געהיימע ידיעות וועגן די אַמעריקאַנער פֿאָרשונגען פֿון אַטאָם־געווער. די קריטיקער פֿונעם באַרימטן געריכט־ענין טענהן שוין לאַנג, אַז זי איז נישט געווען שולדיק.

ווי באַקאַנט, איז דאָס ייִדישע פּאָרפֿאָלק אומגעקומען אינעם יאָר 1953. די טויט־שטראָף איז אויסגעפֿירט געוואָרן אין אָסינינג, שטאַט ניו־יאָרק. מיטוואָך, דעם 15טן יולי, זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די מאַטעריאַלן, וואָס געפֿינען זיך אינעם עדות־זאָגן פֿון עטל ראָזענבערגס ברודער, דוד גרינגלאַס, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק בײַ 92 יאָר און איז געווען דער לעצטער עדות פֿונעם מישפּט־פּראָצעס איבער די ראָזענבערגן, וועלכער איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער תּקופֿה פֿון מאַק׳קאַרטיס אַנטי־קאָמוניסטישער רדיפֿות.

בעת דעם מישפּט, אינעם יאָר 1951, האָט גרינגלאַס עדות געזאָגט, אַז ער האָט איבערגעגעבן דעם פּאָרפֿאָלק די אינפֿאָרמאַציע, וועלכע ער האָט באַקומען פֿון לאָס־אַלאַמאָס, שטאַט ניו־מעקסיקע, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער שטאַב פֿונעם „מאַנהעטן־פּראָיעקט‟. ער האָט דעמאָלט צוגעגעבן, אַז מיט זײַנע אייגענע אויגן האָט ער געזען, ווי עטל ראָזענבערג האָט פֿאַרשריבן די אינפֿאָרמאַציע אויף אַ שרײַב־מאַשינקע אינעם יאָר 1945.

מיטוואָך האָט מען מפֿרסם געווען דעם 46־זײַטיקן באַריכט פֿון דער געריכט־זיצונג מיט די אײַנגעשוווירענע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן אויגוסט, 1950. אויף וויפֿל מע ווייסט, איז דער דאָזיקער באַריכט געווען דער איינציקער דאָקומענט, וואָס האָט אַ שײַכות צו דעם דאָזיקן ענין, וואָס ביז איצט איז געבליבן אַ סוד. אינעם גאַנצן באַריכט איז נישטאָ קיין וואָרט וועגן זײַן שוועסטערס שרײַב־מאַשינקע. אַדרבה, גרינגלאַס האָט באַטאָנט, אַז ער האָט מיט איר קיינמאָל נישט גערעדט וועגן שפּיאָנאַזש.

ראָזענבערג איז פֿאַרמישפּט געוואָרן ווי אַ מיטפֿאַרברעכער, איז אָפּגעזעסן כּמעט 10 יאָר אין תּפֿיסה, און דערנאָך געביטן זײַן נאָמען. מיט צענדליקער יאָר שפּעטער, האָט זיך אַ זשורנאַליסט פֿון דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ אײַנגעגעבן אים אָפּצוגעפֿינען. דער געוועזענער עדות האָט זיך דעמאָלט מודה געווען, אַז כּדי צו ראַטעווען זײַן פֿרוי פֿון מלוכישע רדיפֿות, האָט ער געזאָגט אַ ליגן.

בעתן עדות־זאָגן אינעם יאָר 1950, האָט גרינגלאַס זיך מודה געווען, אַז יוליס ראָזענבערג האָט אים געבעטן צו דינען ווײַטער אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, כּדי אויסצוגעפֿינען מער אינפֿאָמאַציע. מיט זײַן שוועסטער האָט ער אָבער קיינמאָל נישט גערעדט וועגן דעם. מיט יאָרן שפּעטער, אינעם שמועס מיט דער צײַטונג, האָט ער באַטאָנט דאָס זעלבע.

ווען דער עדות איז געשטאָרבן, האָבן די זין פֿונעם אומגעקומענעם פּאָרפֿאָלק געמאָלדן, אינעם שפּיאָנאַזש לטובֿת דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען געווען דוד גרינגלאַס און זײַן ווײַב, רות. די קינדער טענהן, אַז די אמתע שפּיאָנען האָבן צוגעטראַכט אַ כיטרע פּלאַן, כּדי זיך צו ראַטעווען, אַריבערלייגנדיק די שולד אויף די פּלייצעס פֿון זייערע עלטערן און אויסנוצנדיק זיי ווי אַן עגל־לעזאָזל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.