בוי־פּראָיעקט אין ליטע אָפּגעשטעלט צוליב ייִדישע פּראָטעסטן

Construction Project in Lithuania Halted Over Jewish Concerns

“Šiauliai plius”

פֿון ייִט״אַ

Published July 19, 2015, issue of August 07, 2015.

די אויסגראָבונג פֿון אַ מאַסן־קבֿר פֿון דער חורבן־תּקופֿה אין ליטע איז אָפּגעשטעלט געוואָרן, נאָך דעם ווי די ייִדישע קהילה און דער הויפּט־רבֿ פֿון לאַנד האָבן אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט.

דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך האָט מאַרטינאַס סיורקוס, אַ מוניציפּאַלער באַאַמטער אין שאַוול (אויף ליטוויש: סיאַוליאַיִ), געמאָלדן, אַז מע וועט אָפּשטעלן דעם בוי־פּראָיעקט, „ביז מע וועט געפֿינען אַ בכּבֿודיקן מיטל צו באַהאַנדלען דאָס געביין פֿון מענטשן, וואָס זענען דערמאָרדעט און באַגראָבן געוואָרן אין דעם מאַסן־קבֿר.‟

הרבֿ חיים בורשטיין האָט דינסטיק גערופֿן אָפּצושטעלן דעם בוי־פּראָיעקט, ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז מע נעמט די ביינער אַרויס פֿונעם קבֿר. שאַוול, אַ שטאָט אין צפֿון־ליטע, געפֿינט זיך אַרום 120 מײַל פֿון ווילנע, די ליטווישע קרוינשטאָט.

„איך בעט אײַך, איר זאָלט אויפֿהערן צו רירן דאָס געביין,‟ האָט בורשטיין געשריבן, באַצייכענינדיק עס ווי „אַ דערנידעריקונג פֿונעם געביין פֿון הונדערטער מענטשן, דערהרגעט דורך אַ מאַסן־מאָרד‟.

די פֿאָרזיצערין פֿון דער ליטווישער ייִדישער קהילה, פֿאַיִנאַ קוקליאַנסקי, האָט דאָנערשטיק עפֿנטלעך געלויבט די מוניציפּאַליטעט פֿאַר איר קאָאָפּעראַציע מיט דער ייִדישער קהילה, און פֿאַר „רעאַגירן גיך צו העלפֿן לייזן די פּראָבלעם‟.

קוקליאַנסקי האָט צוגעגעבן, אַז מע האָט געהאַט געוואָרנט די שטאָט־רעגירונג נאָך איידער מע האָט אָנגעהויבן דעם בוי־פּראָיעקט, אַז דאָס איז געווען דאָס אָרט פֿון דער שחיטה פֿון 700 מענטשן דורך די נאַציס, און אַז זיי וועלן דאָרט אפֿשר געפֿינען מענטשלעך געביין.

„הײַנט האָבן מיר אַלע סאָרטן טעכנאָלאָגישע מיטלען, וואָס קאָנען העלפֿן צו באַשטימען וווּ עס ליגט דאָס מענטשלעכע געביין, אַפֿילו אָן אַן אויסגראָבונג. עס מאַכט נישט אויס צי דאָס געביין איז פֿון ייִדן אָדער נישט־ייִדן,‟ האָט זי געזאָגט.

אַודראָן סאַפּאַיִט, דער אַרכעאָלאָג וואָס פֿירט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג פֿונען אָרט, האָט געזאָגט דער נײַעס־אַגענטור BNS, אַז מע האָט דערווײַל געפֿונען דאָס געביין פֿון 40 מענטשן, אָבער זייער נאַציאָנאַליטעט איז נישט באַשטימט.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין שאַוול געוווינט בערך 6,600 ייִדן, לויט „יד־ושם‟. אַ סך ייִדן זענען אַנטלאָפֿן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער די נאַציס און ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן אין 1941 דערהרגעט הונדערטער פֿון די, וועלכע זענען פֿאַרבליבן, און נאָך מער — אין שפּעטערדיקע שחיטות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.