אַ באַקאַנטער ייִד פֿאַרוווּנדעט אין מאָסקווע

Prominent Jew Shot In Moscow

סערגיי אוסטינאָוו
Facebook
סערגיי אוסטינאָוו

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 19, 2015, issue of August 07, 2015.

דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, דעם 16טן יולי, האָט סערגיי אוסטינאָוו, אַ פּראָמינענטער מיטגליד פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟ באַקומען שווערע וווּנדן בעת אַ שיסערײַ־אַטאַק אין מאָסקווע.

דער 62־יאָריקער געשעפֿטסמאַן און שרײַבער איז געבראַכט געוואָרן אינעם מאָסקווער „באָטקין־שפּיטאָל‟ אין אַ שווערן מצבֿ. דער אָנפֿאַלער איז געווען אַליין און איז אַנטלאָפֿן נאָכן אויסשיסן אַ קויל פֿון אַ קורצער דיסטאַנץ אין אוסטינאָווס האַלדז. די צײַטונג „מאָסקאָווסקי קאָמסאָמאָליעץ‟, מיט וועלכער דער געליטענער האַלט שוין לאַנג אָן נאָענטע באַציִונגען, האָט איבערגעגעבן, אַז דער פֿאַרברעכער האָט אויסגענוצט אַ פּיסטויל פֿונעם מאָדעל „אָסאַ‟, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַ נישט־געפֿערלעך געווער און טויג בלויז פֿאַר סיגנאַל־ראַקעטן און פּוסטע שאָסן. אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מערדער וואָלט זיך, מסתּמא, נישט באַנוצט מיט אַזאַ געווער.

די צײַטונג האָט איבערגעגעבן, אַז דעם געליטענעם דראָט מער נישט קיין סכּנה. די כירורגן האָבן אים מיט דערפֿאָלג אָפּערירט. פֿרײַטיק, דעם 17טן יולי, האָבן די דאָרטוירים אים שוין אויסגעשריבן פֿונעם שפּיטאָל.

דער „רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס‟ איז זיך משער, אַז דאָס פֿאַרברעכן קאָן האָבן אַ שײַכות צו אַנטיסעמיטיזם. די אָרגאַניזאַציע האָט אָבער געוואָרנט, אַז דערווײַל איז צו פֿרי צו מאַכן קאָנקרעטע אויספֿירן וועגן די מאָטיוון פֿונעם אַטאַק.

אַרום 4 אַזייגער בײַטאָג, האָט אוסטינאָוו זיך געפֿונען אויפֿן פּאַרקיר־פּלאַץ בײַם ביוראָ פֿון זײַן הײַזער־פֿירמע, לעבן דעם „מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע אין רוסלאַנד‟, וועלכן ער האָט געגרינדעט אינעם יאָר 2011. די מיטאַרבעטער פֿונעם מוזיי האָבן נישט געהערט קיין שיסערײַ אויף דער גאַס. דער „קאָנגרעס‟ האָט באַמערקט, אַז ווי באַלד דער אינצידענט איז אויסגעבראָכן לעבן אַזאַ אינסטיטוציע, קאָן מען חושד זײַן, אַז דער אָנפֿאַלער האָט געהאַט אַנטיסעמיטישע כּוונות.

די אָרגאַניזאַציע האָט געבעטן דעם אינערן־מיניסטער, וולאַדימיר קאָלאָקאָלצעוו, דורכצופֿירן די אויספֿאָרשונג מיט אַ באַזונדערן אויפֿמערק, ווײַל דער געליטענער איז איינער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע כּלל־טוער אינעם לאַנד, און צו באַשטעטיקן גענוי, צי דאָס דאָזיקע פֿאַרברעכן איז געווען פֿאַרבונדן מיט עטנישער שׂינאה.

אוסטינאָוו איז דער גרינדער פֿונעם פֿאַרלאַג „אַק־פּרעס‟ און דער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ פֿירמע, וואָס בויט הײַזער אין די פֿאָרשטעט אַרום מאָסקווע. ער איז אויך באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון אַ ריי דעטעקטיווע ראָמאַנען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.