ניו־דזשערזי פֿאַרטאָפּלט שטיצע פֿאַר שארית־הפּליטה

New Jersey Doubles Budget for Holocaust Survivors

עמי קעסלער, אַ 97־יאָריקער פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, שפּילט אויף אַ מאַנדאָלין
Raffi Wineburg
עמי קעסלער, אַ 97־יאָריקער פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, שפּילט אויף אַ מאַנדאָלין

פֿון ייִט״אַ

Published July 21, 2015, issue of August 07, 2015.

די רעגירונג פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי האָט באַשלאָסן צו פֿאַרגרעסערן אויף צוויי מאָל דעם מלוכישן בודזשעט לטובֿת די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. די אַגענטורן פֿונעם אָפֿיציעלן „ייִדישן משפּחה־דינסט‟ וועלן אינעם נײַעם פֿינאַנץ־יאָר באַקומען אַ סומע פֿון 400,000 דאָלאַר פֿאַר די חורבן־געליטענע, ווי אַ טייל פֿון די הילף־סובסידיעס, וואָס דער שטאַט גיט אויס פֿאַר סאָציאַלע הילף־צוועקן.

די צײַטונג „ייִדישע נײַעס פֿון ניו־דזשערזי‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם שטאַט וווינען 4,700 ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. אַ דאַנק דעם נײַעם בודזשעט־באַשלוס, וועלכן מע האָט אַנאָנסירט אין יולי, וועט דער אַלגעמיינער דרײַ־יאָריקער געלט־סכום פֿון שטאַט־סובסידיעס אויפֿן דאָזיקן צוועק דערגרייכן אַ מיליאָן דאָלאַר.

די דערמאָנטע אָרטיקע ייִדישע צײַטונג האָט דערקלערט, אַז די צוגאָב־סומע וועט דערמעגלעכן צו באַזאָרגן די ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן מיט הילף־באַדינונג אין דער היים במשך פֿון 11,000 שעה און מיט 3,000 אומזיסטע מאָלצײַטן. אַ טייל פֿונעם געלט וועט אויסגעטיילט ווערן פֿאַר די סאָציאַלע דינסטן, צו דעקן 1,500 שעה אַרבעט פֿון זייערע באַאַמטע, כּדי זיי זאָלן באַטראַכטן און אָרגאַניזירן די הילף.

מאַרק לעווענסאָן, דער פּרעזידענט פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע פֿעדעראַציעס אינעם שטאַט ניו־דזשערזי‟, האָט באַדאַנקט דעם גובערנאַטאָר פֿון ניו־דזשערזי, קריס קריסטי, און די רעגירונג פֿונעם שטאַט, פֿאַרן אָנערקענען די ספּעציעלע באַדערפֿענישן פֿון דער שארית־הפּליטה. די פֿאָרשטייער פֿון ביידע פּאַרטייע — רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטן — האָבן מסכּים געווען אויסצוטיילן מער געלט, ווײַל זיי פֿאַרשטייען, אַז אינעם בכּבֿודיקן עלטער נייטיקן זיך די זקנים אַלץ מער אין מעדיצינישער און הומאַניטאַרער הילף. דערצו, צוליב די שוידערלעכע איבערלעבונגען בעת דער נאַצי־תּקופֿה, לײַדן די ניצול־געוואָרענע פֿון ספּעציפֿישע ערנסטע געזונט־פּראָבלעמען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.