קאַמעראָן לייגט פֿאָר פּלאַן צו באַקעמפֿן איסלאַמישן עקסטרעמיזם

Cameron Lays Out Plan to Combat Islamic Extremism

דער בריטישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן (לינקס) שמועסט מיט אַבדולאַ רעכמאַן, אַ מוסולמענישער אײַנוווינער פֿון בירמינגהאַם, בײַ וועמען ער האָט איין מאָל גענעכטיקט אין 2007; דעם 20סטן יולי, אין בירמינגהאַם, ענגלאַנד
Getty Images
דער בריטישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן (לינקס) שמועסט מיט אַבדולאַ רעכמאַן, אַ מוסולמענישער אײַנוווינער פֿון בירמינגהאַם, בײַ וועמען ער האָט איין מאָל גענעכטיקט אין 2007; דעם 20סטן יולי, אין בירמינגהאַם, ענגלאַנד

פֿון ייִט״אַ

Published July 22, 2015, issue of August 07, 2015.

דער בריטישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן האָט פֿאָרגעלייגט אַ פֿינף־יאָריקן פּלאַן צו באַקעמפֿן דעם איסלאַמישן עקסטרעמיזם און אײַנצאַמען דעם אַנטיסעמיטיזם.

„אַפֿילו אויב אַ מענטש שטיצט נישט קיין בלוט־פֿאַרגיסונג, אָבער גלייבט אין געוויסע אידעען פֿון אומטאָלעראַנץ, שפּילט ער אַ ראָלע אינעם שאַפֿן אַ קלימאַט, וואָס פֿאַרשטאַרקט דעם כּוח פֿון די עקסטרעמיסטן,‟ האָט קאַמעראַן דערקלערט אין זײַן הויפּט־רעדע מאָנטיק אין בירמינגהאַם. „למשל, דער גלויבן, אַז די ייִדן פֿירן דורך אַ קאָנספּיראַציע, אין וועלכער זיי ניצן אויס אַ בייזן גלאָבאַלן כּוח, אָדער אַז די מערבֿ־לענדער קאָנספּירירן מיט ישׂראל…‟

קאַמעראָן האָט אויך פֿאַרדאַמט די מיינונג, אַז מענטשן ווערן ראַדיקאַליזירט צוליב היסטאָרישע עוולות, מלחמות אָדער אָרעמקייט. ער האָט צוגעזאָגט צו באַקעמפֿן די עקסטרעמיסטישע אידעאָלאָגיע, און אַז ער וועט „איבערקלערן פֿון ס׳נײַ אונדזערע נישט־געלונגענע באַמיִונגען צו אינטעגרירן די [מוסולמענישע] יוגנט אין דער ברייטער געזעלשאַפֿט, וואָס האָבן דערפֿירט צו דעם, אַז יונגע בריטישע בירגער שליסן זיך אָן אין דער אַרמיי פֿון ISIS.‟

קאַמעראָן האָט צוגעזאָגט אײַנצופֿירן אַ געזעץ, וואָס גיט עלטערן די מעגלעכקייט זיך צו ווענדן צו די אינסטאַנצן צו אַנולירן די פּאַספּאָרטן בײַ זייערע קינדער, טאָמער זאָרגן זיי זיך, אַז די קינדער האָבן בדעה צו פֿאָרן קיין איראַק אָדער סיריע, כּדי זיך אָנצושליסן אין ISIS.

דער פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟, הרבֿ פּנחס גאָלדשמידט, פֿון מאָסקווע, האָט געלויבט קאַמעראָנס רעדע.

„איבער גאַנץ אייראָפּע פֿילן מיר זיך הײַנט אומבאַשוצט, און דערפֿאַר איז אַזוי וויכטיק, אַז אַלע אייראָפּעיִשע פֿירער זאָלן אונדז עפֿנטלעך פֿאַרטיידיקן,‟ האָט הרבֿ גאָלדשמידט באַטאָנט. „אָבער דאָס איז נישט בלויז אַן ענין פֿון דער פּאָליטישער ספֿערע; מיר, די פֿירער פֿון אַלע רעליגיעס, מוזן אָננעמען דעם ערשטן טראָט. בלויז מיר ווייסן וואָס ס׳גייט טאַקע אָן אין אונדזערע געזעלשאַפֿטן. מיר מוזן מיטאַרבעטן מיט די פּאָליטיקער אין דעם קאַמף. דער עיקר, מיר דאַרפֿן לערנען אונדזערע מענטשן וועגן די פֿרידלעכע אַספּעקטן פֿון אונדזערע רעליגיעס, און פֿאַרזיכערן, אַז אַלע ווייסן די סכּנות פֿון עקסטרעמיזם.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.