פּאַטאָלאָגישע אידענטיפֿיקאַציע פֿון אַמעריקאַנער ייִדן

Pathological Identity of American Jews

Anya Ulinich

פֿון גל בעקערמאַן (Forward)

Published July 22, 2015, issue of August 07, 2015.

מײַן 5־יאָריקע טאָכטער האָט מיך במשך פֿון די לעצטע פּאָר וואָכן עטלעכע מאָל געפֿרעגט: וואָס מיינט צו זײַן אַ ייִד? אין אַזאַ יונגן עלטער זענען קשיות וועגן אידענטיפֿיקאַציע נישט קייט חידוש; זי האָט מיך אויך געפֿרעגט נישט לאַנג צוריק, פֿאַרוואָס זי קען נישט פֿליִען ווי אַ פֿויגל.

מײַן טאָכטערס פֿראַגעס וועגן ייִדישקייט זענען אָבער מער דירעקט און ספּעציפֿיש. צי מוז אַ ייִד קענען העברעיִש? צי זענען אירע באָבע־זיידע פֿון דער מאַמעס צד „שוואַכערע ייִדן‟, ווײַל זיי צינדן נישט אָן קיין שבת־ליכט? צי איך בין אַ „בעסערער ייִד‟, ווײַל איך האָב אַ ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט, און מײַן פֿרוי האָט נישט? איינמאָל, זענען מיר פֿאַרבײַגעפֿאָרן אַ חסידישן ראַיאָן פֿון ברוקלין. האָט מײַן טאָכטער געטענהט, אַז איך טראָג נישט קיין באָרד. אויף דער־אָ קשיא האָב איך געענטפֿערט, אַז זי מוז אונטערוואַקסן, כּדי צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי צו זײַן אַ ייִד.

עס קאָן זײַן, אַז מײַן טאָכטער ווײַזט שוין אַרויס געוויסע סימנים פֿון צעמישטקייט, וואָס טרעפֿן זיך אָפֿט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. איך בין געבוירן געוואָרן אין לאָס־אַנדזשעלעס בײַ ישׂראלדיקע עלטערן. אין מײַנע קינדער־יאָרן, בין איך געוואַקסן אין אַן אָרטיקער העברעיִש־שפּראַכיקער סבֿיבֿה און פֿאַרבראַכט יעדן זומער מיט מײַנע באָבע־זיידע אין תּל־אָבֿיבֿ. צוליב דעם, האָט איך אַלעמאָל געטראַכט, אַז איך בין אַ „בעסערער ייִד‟ אַפֿילו נישט צו פֿאַרגלײַכן מיט מײַן עכט־אַמעריקאַנער פֿרוי פֿונעם צפֿון־מערבֿדיקן מאַנהעטן, וועלכע טראַכט וועגן די אָרטיקע שילן און זאָרגט זיך וועגן דער ייִדישער דערציִונג פֿון אונדזערע צוויי טעכטער.

איך בין אַ טיפּישער וועלטלעכער ישׂראלי און פֿאַר מיר איז די פֿראַגע פֿון ייִדישער זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע גאַנץ פּשוט. איך צינדט אָן די חנוכּה־ליכט, פּרוּוו צו פֿאַסטן יום־כּיפּור און באַצי זיך מיט אַן עמאָציאָנעלן פּאַטריאָטיזם צו מדינת־ישׂראל. ווען איך בין געווען אַ 5־יאָריק קינד, האָב איך, דאַכט זיך, קיינמאָל נישט געטראַכט וועגן מײַן שײַכות צו ייִדישקייט.

במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר, אַרבעטנדיק ווי אַ מיינונג־רעדאַקטאָר אינעם Forward, האָב איך אָנגעהויבן פֿאַרשטיין בעסער די פּאַטאַלאָגישע אומזיכערקייט און אומרויִקייט פֿון אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע פֿאַרשטייען טאַקע נישט קלאָר זייער אייגענע ייִדישע אידענטיפֿיקאַציע. אויף די זײַטלעך פֿון מײַנע אַרטיקלען באַטראַכט איך כּלערליי פֿראַגעס, וואָס ווערן איצט אַרומגערעדט אויף דער ייִדישער גאַס אין אַמעריקע. וועלכע ייִדישע דענאָמינאַציע איז מער אַמעריקאַניש? פֿאַרוואָס האַלטן די אָרטאָדאָקסישע קהילות אין איין וואַקסן, און די אַנדערע גייען אונטער? צי זענען די פֿרומע מער געטרײַע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, צי געפֿערלעך צוריקגעהאַלטענע? צי קאָן מען זײַן אַ ייִד בלויז אינעם קולטורעלן, עטנישן און אַפֿילו קאָמישן זין? ווען אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן קומען פֿאָר אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָט־אונטערנעמונגען, הייבן די ייִדן אָן זיך ווידער זאָרגן וועגן זייער אידענטיפֿיקאַציע. צי קאָן מען זײַן אַ ייִד, אָבער נישט קייט ציוניסט? פֿאַרוואָס מאַכט אונדז די ישׂראלדיקע פּאָליטיק זיך פֿילן אַזוי אומבאַקוועם?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.