טעאָדאָר ביקעל איז ניפֿטר צו 91 יאָר

Theodore Bikel Dies at Age 91

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 21, 2015, issue of August 07, 2015.

טעאָדאָר ביקעל, דער ייִדישער פֿאָלקסזינגער און אַקטיאָר, באַרימט פֿאַר זײַן ראָלע ווי טבֿיה אין „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, איז דינסטיק געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין עלטער פֿון 91 יאָר.

ער איז אויך געווען דער ערשטער צו שפּילן די ראָלע פֿון קאַפּיטאַן וואָן טראַפּ אין The Sound of Music אויף בראָדוויי, און האָט געשפּילט אין אַ צאָל האָליוווּד־פֿילמען צוזאַמען מיט די שטערן האָמפֿרי באָגראַרט, קאַטערין העפּבורן, קאַרי גראַנט, פֿרענק סינאַטראַ, סאָפֿיע לאָרען און טאָני קורטיס. ביקעל איז נאָמינירט געוואָרן סײַ פֿאַר אַן „אָסקאַר‟, און צוויי מאָל פֿאַר אַ „טאָני‟ פֿאַר זײַן ראָלע ווי טבֿיה.

טעאָדאָר-מאיר ביקעל (פֿון דער היים — ביקל), אַ פּלימעניק פֿונעם ייִדישן ליטעראַטור־קריטיקער, שלמה ביקל, איז געבוירן געוואָרן אין ווין דעם 2טן מײַ, 1924 — דער זעלבער געבוירן־טאָג ווי טעאָדאָר הערצל, און טאַקע דערפֿאַר האָט מען אים געגעבן אַזאַ נאָמען, האָט בנימין עבֿרי געשריבן אינעם Forward. נאָכן אײַנשלוס אין 1938 איז זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין ארץ־ישׂראל. ביקעלס טאַטע, יוסף, אַ בוקעווינער, וועלכער האָט געאַרבעט אין אַ פֿאַרזיכערונג־פֿירמע, איז געווען אַ געבילדעטער ציוניסט, וועלכער האָט אָנגעהויבן לערנען זײַן זון העברעיִש צו 5 יאָר, נאָך איידער דאָס ייִנגל האָט אָנגעהויבן זיך לערנען די אַנדערע לימודים. ער האָט אים אויך געגעבן צו לייענען די העברעיִשע און ייִדישע קלאַסיקער, און דערבײַ אײַנגעפֿורעמט בײַם קינד, פֿון די ערשטע יאָרן, אַ נאָענטשאַפֿט סײַ צו העברעיִש, סײַ צו ייִדיש.

אין תּל־אָבֿיבֿ האָט ביקעל געחלומט וועגן אַ ראָלע אין „הבימה‟, אָבער בלויז באַקומען אַ קליינע ראָלע אין אַן אויפֿפֿירונג פֿון שלום־עליכמס דערציילונגען אין 1943. האָט ער געגרינדעט זײַן אייגענע טרופּע אין 1944, דער „קאַמערי־טעאַטער‟, וואָס עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג. נאָכן שטודירן אין דער „לאָנדאָנער קיניגלעכער אַקאַדעמיע פֿון דראַמאַטישער קונסט‟, האָט ער זיך נישט אומגעקערט קיין פּאַלעסטינע, ביז מע האָט דערקלערט מדינת־ישׂראל אין 1948.

מיט דער צײַט האָט ביקעל זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זײַן קאַריערע האָט זיך צעבליט אויף בראָדוויי און אין האָליוווּד. אין די 1960ער איז ער אויך געוואָרן פּאָליטיש אַקטיוו אין די ציווילע רעכט־דעמאָנסטראַציעס אין בירמינגהאַם, אַלאַבאַמע, וווּ ער איז אַפֿילו אַרעסטירט געוואָרן. ער איז דערוויילט געוואָרן ווי אַ דעלעגאַט פֿאַרן פּרעזידענט־קאַנדידאַט יודזשין מאַק׳קאַרטי בײַם דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר אין 1968, וווּ ער האָט, אויף זײַן שטייגער, באַגײַסטערט די דעמאָנסטראַנטן דורכן זינגען פֿאַר זיי אַ ריי פּראָטעסט־לידער און באַלאַדעס.

במשך פֿון זײַן קאַריערע האָט ביקעל אויך אַרויסגעלאָזט 27 פּלאַטעס; ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער.

ביקעל האָט חתונה געהאַט פֿיר מאָל. זײַן דריטע פֿרוי, די דיריגענטין תּמרה ברוקס, איז געשטאָרבן אין 2012, אָבער ער האָט ווידער חתונה געהאַט אין 2013. ביקעל האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿערטע פֿרוי, איימי, און צוויי קינדער פֿון זײַן צווייטער פֿרוי.