„און אַ רוסישע קעלט האָט געפֿירט מיך...‟

“... And the Russian Frost Led the Way”


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 23, 2015, issue of August 07, 2015.

די מאָדערנע ייִדישע קולטור איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן דורך די גרױסע מאַסן–װאַנדערונגען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, סײַ פֿרײַװיליקע און סײַ געצװוּנגענע. די מאַסן־גירושים האָבן זיך אָנגעהױבן מיט הונדערט יאָר צוריק נאָכן אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. װען די דײַטשישע אַרמײ האָט אָנגעהױבן די אָפֿענסיװע אין ליטע, האָבן צענדליקער טױזנטער ייִדן פֿאַרלאָזט זײערע שטעט און שטעטלעך. אײניקע זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן דורך דער רוסישער אַרמײ, אַנדערע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די קומעדיקע שלאַכטן. די דאָזיקע מיגראַציע האָט בפּועל־ממש מבֿטל געװען די לעגאַלע באַגרענעצונגען פֿון תּחום־המושבֿ און געשאַפֿן נײַע ייִדישע קהילות טיף אין רוסלאַנד.

צװישן די פּליטים איז געװען די משפּחה אַקסעלראָד פֿון מאָלאָדעטשנע. זײ האָבן זיך באַזעצט אין דער רוסישער פּראָװינץ־שטאָט טאַמבאָװ, װאָס בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה איז געװאָרן אַ היפּשער ייִדישער צענטער. צװישן אַקסעלראָדס קינדער זײַנען געװען צװײ ברידער, זעליק און מאיר. מאיר איז שפּעטער געװאָרן אַ באַװוּסטער ייִדישער קינסטלער, און זעליק, װאָס איז דעמאָלט געװען עלף יאָר אַלט, איז געװאָרן באַרימט װי אַ סאָװעטישער ייִדישער דיכטער.

די לאַנגע און שװערע נסיעה פֿון דער הײם קײן װײַטן פֿאַרשנײטן רוסלאַנד האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף זעליקס נשמה. מיט אַכט יאָר שפּעטער, שױן אין מאָסקװע, האָט ער אָנגעשריבן אַ ציקל לידער „האַרבסט, 1915‟, װאָס פֿאַרבלײַבט עד־היום צװישן די שטאַרקסטע פּאָעטישע שילדערונגען פֿון הײמלאָזיקײט. דער אױטאָביאָגראַפֿישער העלד דערצײלט װעגן זײַן דערפֿאַרונג פּראָסט-און-פּשוט: „מײַנע אױגן קוקן װײַטער, װײַטער, / לעצטע שײַבעלעך פֿון שטעטל גײען אָפּ. / בלײַבן איבער נאָר קאַזאַקן רײַטער / און אַן אָפּגעהאַקטער קאָפּ.‟

רבֿקה רובין, װאָס איז געװען אפֿשר דער סאַמע שאַרפֿזיניקער קריטיקער אין דער גאַנצער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור, און דערצו נאָך די פֿרױ פֿון זעליקס ברודער, מאיר, האָט באַמערקט, אַז דער דאָזיקער קורצער ציקל פֿון נײַן לירישע לידער פֿאַרמאָגט אַן עפּישן פֿאַרנעם. אין די אײנצלנע קינדערשע אײַנדרוקן פֿילט מען „דעם שטרענגן טראָט פֿון דער צײַט.‟ די לידער פֿאַרמאָגן אַ פֿײַנע און קאָמפּליצירטע מעטאַפֿאָרישע סטרוקטור, װאָס אַנטפּלעקט זיך פֿונעם שליסל־אימאַזש פֿון שנײ. דער שנײ סימבאָליזירט ציכטיקײט, קלאָרקײט װי אױך טױט: „מײַן װעג האָט געטריבן אין װעלט / אױף שנײ און אױף בלוטיקע שטײנער — / אַ צוג און אַ רוסישע קעלט / האָט געפֿירט מיך דורך טעג פֿון געװײנען…‟

אין דעם אײגענעם װעג, פֿון סמאָרגאָן קײן טיף־רוסלאַנד, אַזש ביז סאַמע סיביר, איז אין 1915 געפֿאָרן נאָך אײנער אַ צוקונפֿטיקער ייִדישער דיכטער, אַבֿרהם סוצקעװער, װאָס איז דעמאָלט געװען קנאַפּע צװײ יאָר אַלט. פֿון די קינדערשע אײַנדרוקן פֿון פֿאַרשנײטע רוסישע רחבֿות זײַנען אויסגעװאַקסן װיכטיקע מאָטיװן אין זײַן דיכטונג. רובינס טרעפֿלעכע באַמערקונג װעגן אַקסעלראָד איז שײַכותדיק אױך פֿאַר סוצקעװערס פּאָעזיע: „דער שנײ איז דאָ װײַס ניט דערפֿאַר, װײַל שנײ איז שטענדיק װײַס, נאָר אױך דערפֿאַר, װאָס די אינערלעכע רײנקײט פֿונעם מענטשן האָט געװאָרפֿן איר אָפּשײַן אױפֿן שנײ.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.