אַ נײַע כוואַליע פֿון ישׂראלדיקע „הײַטעק‟־געשעפֿטן

New Wave of Israeli High-Tech Boom

קאָמפּיוטער־פֿירמעס אין פּתח־תּיקווה — איינע פֿון די ישׂראלדיקע שטעט, וווּ עס ווערן קאָנצענטרירט אַ סך „הײַטעק‟־אונטערנעמונגען
Wiki Commons
קאָמפּיוטער־פֿירמעס אין פּתח־תּיקווה — איינע פֿון די ישׂראלדיקע שטעט, וווּ עס ווערן קאָנצענטרירט אַ סך „הײַטעק‟־אונטערנעמונגען

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 23, 2015, issue of August 07, 2015.

די צײַטונג „האָרץ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אַ ריי ישׂראלדיקע פֿירמעס פֿון קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָבן במשך פֿון די לעצטע חדשים זיך שטאַרק אַנטוויקלט, האָבן צוגעצויגן אינוועסטיציעס אויף מיליאַרדן דאָלאַר און אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ די גרעסטע גלאָבאַלע קאָמפּאַניעס. ס׳זעט אויס, אַז דער ישׂראלדיקער „הײַטעק‟ געפֿינט זיך איצט אויפֿן שפּיץ פֿון אַ נײַער געשעפֿט־כוואַליע.

למשל, די פֿאַרוואַלטער פֿונעם „פֿייסבוק‟ האָבן מיט אַ וואָך צוריק איבערגעגעבן, אַז זיי קלײַבט זיך צו קויפֿן די ישׂראלדיקע פֿירמע „פּעבלס אינטערפֿייסעס‟ פֿאַר 85 מיליאָן דאָלאַר. די וואָך, האָט „מײַקראָסאָפֿט‟ אַנאָנסירט דעם פּלאַן צו קויפֿן אַן אַנדער ישׂראלדיקע קאָמפּיוטער־אונטערנעמונג, „אַדאַלאָם‟, פֿאַר 320 מיליאָן. אין דער זעלבער צײַט, האָט די רעקלאַמע־פֿירמע „אײַראָנסאָרס‟ פֿאָרגעלייגט פֿון 100 ביז 200 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן קאָנטראָל איבער דער קאָמפּאַניע „סופּערסאָניק‟.

אין די ערשטע זעקס חדשים פֿונעם הײַנטיקן יאָר, האָבן עטלעכע גרויסע קאָמפּיוטער־קאָרפּאָראַציעס אײַנגעקויפֿט פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע פֿירמעס, בסך־הכּל, פֿאַר 6 מיליאַרד דאָלאַר. די יוריסטן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע קאָנטראַקטן, זענען זיך משער, אַז דאָס גאַנצע יאָר וועט בלײַבן זייער געראָטן פֿאַרן ישׂראלדיקן „הײַטעק‟, אויב אינעם לאַנד וועלן נישט געשען קיין פּלוצעמדיקע אומגעוווּנטשענע געשעענישן.

זינט 2011, האָט דער „פֿייסבוק‟ שוין אײַנגעקויפֿט אַ צאָל ישׂראלדיקע פֿירמעס, בסך־הכּל, אויף 380 מיליאָן דאָלאַר, און קלײַבט זיך צו שליסן אַ ריי נײַע קאָנטראַקטן. הגם דער „גוגל‟ האָט די גרעסטע צאָל פּראָגראַמיסט־אונטערנעמונגען אין ישׂראל, איז דער „פֿייסבוק‟ דער גרעסטער קונה. די קאָרפּאָראַציע האָפֿט, אַז דאָס קויפֿן די פֿירמע „פּעבלס אינטערפֿייסעס‟ וועט דערמעגלעכן צו פֿאַרברייטערן די פֿונקציעס פֿון דער פּאָפּולערער סאָציאַלער נעץ און אײַנפֿירן חידושדיקע עלעמענטן פֿון ווירטועלער רעאַליטעט. די פֿירמע אינטערעסירט זיך אויך מיט די טעכנאָלאָגיעס פֿון אינפֿאָרמאַציע־באַאַרבעטונג, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן אין ישׂראל צוליב מיליטערישע צוועקן. דער „פֿייסבוק‟ און „גוגל‟ פֿירן אין ישׂראל אַ פֿאַרמעסט צוליב די ענלעכע אינטערעסן פֿון ביידע פֿירמעס.

במשך פֿון 5 יאָר, האָט „מײַקראָסאָפֿט‟ נישט אײַנגעקויפֿט קיין נײַע ישׂראלדיקע אונטערנעמונגען. זינט נאָוועמבער, האָט זיך די סיטואַציע פּלוצעם געביטן. די ריזיקע קאָמפּיוטער־קאָרפּאָראַציע האָט במשך פֿון די לעצטע חדשים באַצאָלט 600 מיליאָן דאָלאַר, כּדי איבערצונעמען דעם קאָנטראָל איבער פֿיר ישׂראלדיקע קאָמפּאַניעס. די לעצטע צוויי קאָנטראַקטן האָבן צו טאָן מיט די ענינים פֿון אינטערנעץ־זיכערהייט; ישׂראל פֿאַרנעמט אַ פֿירנדיקע פּאָזיציע אינעם דאָזיקן טעכנאָלאָגיע־געביט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.