די „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע אין בערלין

Maccabi Games Come to Berlin

אין דײַטשלאַנד גרייט מען זיך צו די „מכּבי‟־פֿאַרמעסטן
Rafael Herlich
אין דײַטשלאַנד גרייט מען זיך צו די „מכּבי‟־פֿאַרמעסטן

פֿון טאָבי אַקסעלראָד (ייִט״אַ)

Published July 23, 2015, issue of August 07, 2015.

אַ גרופּע וועלאָסיפּעדיסטן, טראָגנדיק אַן אָלימפּישן פֿאַקל, האָט דורכגעמאַכט אויף זייערע ביציקלען דעם גאַנצן וועג פֿון ישׂראל ביזן צענטער פֿון אייראָפּע. די קומענדיקע וואָך, וועלן די 11 ספּאָרטלער זיך באַווײַזן אינעם באַרימטן בערלינער אַמפֿיטעאַטער „וואַלדבינע‟, ווי אַ טייל פֿון די 14טע אייראָפּעיִשע „מכּבי‟־שפּילן, וועלכע ווערן צום ערשטן מאָל דורכגעפֿירט אין דײַטשלאַנד.

דער אַמפֿיטעאַטער איז אויסגעבויט געוואָרן דורך די נאַציס צוליב דעם אָלימפּישן פֿאַרמעסט, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט אינעם יאָר 1936. די אַנדערע פֿאַרמעסטן פֿון דער הײַנטיקער „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע וועט פֿאָרקומען אויפֿן בערלינער „אָלימפּישן סטאַדיאָן‟, וווּ היטלער איז געזעסן אינעם פּרעזידיום און אויפֿגעטראָטן אינעם זעלבן יאָר מיט אַן עפֿענונג־רעדע. די הײַנטיקע ספּאָרטלער פֿאָלגן דעם מוסטער פֿון די וועלאָסיפּעדיסטן, וועלכע זענען דורכגעפֿאָרן אַרום אייראָפּע מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, אין די 1930ער, כּדי צו רעקלאַמירן די „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע אין מאַנדאַט־פּאַלעסטינע.

בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער „מכּבי‟־אָלימפּיאַדע, דעם 28סטן יולי, וועט אויפֿטרעטן דער דײַטשישער פּרעזידענט, יאָאַכים גאַוק. דער באַקאַנטער ייִדישער זינגער מתּתיהו, „דנה אינטערנעשענעל‟ און אַנדערע ייִדישע מוזיקאַנטן וועלן באַגריסן די צוקוקער מיט אַ קאָנצערט. אין שײַכות מיט דער 10־טאָגיקער אָלימפּיאַדע וועט אין בערלין דורכגעפֿירט ווערט אַ „לימוד‟־קאָנפֿערענץ און אַ צאָל אַנדערע אונטערנעמונגען.

אין 19 מינים ספּאָרט־פֿאַרמעסטן וועלן זיך באַטייליקן 2,300 ייִדישע אַטלעטן פֿון 36 לענדער. דער דײַטשישער „צענטראַלער ייִדישער ראַט‟ האָט אָרגאַניזירט די טראַנספּאָרטאַציע פֿון די צוקוקער, וואָס פֿאָרן צוזאַמען פֿון גאַנץ דײַטשלאַנד. דער צוטריט צו אַלע אונטערנעמונגען וועט זײַן אָפֿן און אומזיסט, שטרענג באַוואַכט דורך די זיכערהייט־כּוחות. דעם 31סטן יולי, קלײַבן זיך די באַטייליקטע צו מאַכן אַ ריזיקן קידוש, וועלכער וועט, ווי זיי האָפֿן, אַרײַנגעשריבן ווערן אינעם „גינעס־בוך‟ פֿון וועלט־רעקאָרדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.