פֿון וואַנען וועט קומען די ישועה?

Waiting for the Redemption

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 24, 2015, issue of August 21, 2015.

ייִדישע און נישט־ייִדישע דראַמאַטורגן פּרובירן שילדערן די פּראָבלעם פֿון געמישטע חתונות אין אַמעריקע. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, דער עיקר, וועגן דעם ייִדישן מאַן, וואָס ווייסט אַ קרענק, ווען עס קומט צו זײַן אָפּשטאַם. האָט מען חתונה מיט אַ שיקסע, אָבער ס’איז פּאָליטיש נישט אויסגעהאַלטן צו ניצן אַזאַ וואָרט. הער איך, אַז מען דאַרף זאָגן מיט גויים; און אפֿשר איז דאָס אויך נישט כּשר, דאַרף מען זאָגן מיט קריסטן.

נעמט אײַך אין זינען אַן אימעניע, אַן עלעגאַנט הויז, וואָס מען האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ טעאַטער. דער זיץ־צימער איז איבערגעניצעוועט געוואָרן אין אַ טעאַטערל, מיט אַרום 50 זיץ־פּלעצער אויף זייער אומבאַקוועמע, לוקסוס־בענקלעך. אין מיטן זאַל — די ווענט דעקאָרירט מיט ווינער קאַפֿע־הײַזער ווי אין ראָנאַלד לאַודערס קאַבינעט אין מאַנהעטן.

אין דער פּיעסע, The Religion Thing, האָבן מיר, הייסט עס, דאָ צו טאָן מיט צוויי פּאָרלעך, איין פּאָרל, נײַ־געבוירענע קריסטן, גלייבן בנאמנות אין יעזוסן, וואָס פֿילט אָן זייער גײַסטיק אָרעם לעבן מיט, אַזוי צו זאָגן, אינהאַלט. די מעגאַ־קירכע איז זייער געזעלשאַפֿט און זייער וועגווײַזער אין לעבן איז דער רעווערענד, פּאַסטער פּאַטריק ניקאָלסאָן.

דאָס קריסטלעכע פּאָרפֿאָלק האָט זיך טאַקע באַקענט דורכן אינטערנעט, ווו מ’אַנאָנסירט כּסדר, אַז גאָט־יעזוס אַליין פּאָרט צוזאַמען פּאָרלעך. די ערשטע סעסיע איז בחינם, און די איבעריקע שידוכים — קאָסטן. האָט זיך דאָס פּאָרל באַגעגנט, פֿאַרליבט, און געשלאָסן זייער לעבנסגאַנג אויף קריסטלעכע פּרינציפּן. נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער מאַן איז אַ האָמאָסעקסואַל, באַהאַלט עס אויס פֿון דער פֿרוי און פּלאַצט אַרויס מיט די נײַעס ווען זי וויל אַ קינד.

זי וויל ראָמאַנס, זי וויל עמעצן וואָס זאָל באַפֿרידיקן אירע סעקסועלע פֿאַרלאַנגען. וואָס ווײַזט זיך אַרויס? זי פֿאַרשוואַנגערט סײַ ווי, און זאָגט דעם מאַן אַז ער איז דער טאַטע. נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן.

דאָס צווייטע פּאָרל איז אַ געמישט פּאָרפֿאָלק. ער איז אַ ייִד און זי — אַ קאַטאָליטשקע. יעדעס יאָר דעקאָרירט מען דאָס הויז מיט אַ ניטל־בוים (קריסטמעס טרי), יעדן זונטיק לויפֿט זי אין קלויסטער, יעדער חגא פֿאַרברענגט זי מיט אירע קאַטוילישע עלטערן, וווּ זיי פֿרייען זיך אַלע צוזאַמען.

ער, דער ייִד, איז כּסדר אָנגעברוגזט, ער וויל פֿײַערן פּסח און חנוכּה, גיין אין שיל ימים־נוראים און פֿילן זיך ווי אַ ייִד, יום־טובֿדיק, איז אָבער קיינער נישטאָ אין דער היים, ווי זאָגט מען בײַ אונדז, משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.