מערײַאַ קערי קלײַבט זיך אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל

Mariah Carey to Perform in Israel

מערײַאַ קערי זינגט בעת דער באַלוינונג־צערעמאָניע פֿון „בילבאָרד־פּרעמיעס‟ אין לאַס־וועגאַס, דעם 17טן מײַ
Getty Images
מערײַאַ קערי זינגט בעת דער באַלוינונג־צערעמאָניע פֿון „בילבאָרד־פּרעמיעס‟ אין לאַס־וועגאַס, דעם 17טן מײַ

פֿון ייִט״אַ

Published July 26, 2015, issue of August 21, 2015.

די גאָר פּאָפּולערע אַמעריקאַנער זינגערין מערײַאַ קערי קלײַבט זיך צום ערשטן מאָל אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל מיט אַ קאָנצערט, וועלכער וועט פֿאָרקומען דעם 18טן אויגוסט אין ראשון־לציון, אינעם אָרטיקן „אַמפֿיפּאַרק‟.

די 45־יאָריקע זינגערין און מחבטרע פֿון זינגלידער איז געבוירן געוואָרן אין האַנטינגטאָן, שטאַט ניו־יאָרק, בײַ אַן אירלענדישער מאַמע און אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער טאַטן מיט ווענעזועלער וואָרצלען. איצט וווינט זי אין לאַס־וועגאַס.

לויט דער אַמעריקאַנער „אינדוסטריעלער אַסאָציאַציע פֿון רעקאָרדירונגען‟, איז קערי די דריט־פּאָפּולערסטע מוזאַקאַנטין אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע האָט שוין פֿאַרקויפֿט 63.5 מיליאָנען עקזעמפּלאַרן פֿון אירע מוזיק־אַלבאָמען און האָט געוווּנען אַ גאַנצע ריי פּרעסטיזשפֿולע פּריזן, אַרײַנגערעכנט 5 „גרעמי‟־פּרעמיעס. זי ווערט אויך דערמאָנט אינעם „גינעס־בוך‟ פֿון רעקאָרדן, צוליב איר אוניקאַלן כּשרון צו זינגען אויף 5 אָקטאַוועס, אַרײַנגערעכנט גאָר הויכע „פֿײַפֿנדיקע‟ טענער.

אין אַן אַנומלטיקן ווידעאָ־אויפֿטריט, האָט קערי זיך געווענדט צו די צוהערער מיט דער פֿראַזע „שלום ישׂראל‟ און האָט אַנאָנסירט איר פּלאַנירטן נײַעם וויזיט. צום ערשטן מאָל האָט זי באַזוכט ישׂראל אין יוני, צוזאַמען מיט איר חבֿר דזשיימס פּייקער — אַן אויסטראַלישער געשעפֿטסמאַן און אַ פּערזענלעכער פֿרײַנד, ווי מע גיט איבער, פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך דעמאָלט געטראָפֿן אין ישׂראל מיט אַ געוויסן „גײַסטיקן מנהיג‟, כּדי צו פֿרעגן בײַ אים, צי זיי זאָלן זיך פֿאַרקנסן און חתונה האָבן. די זינגערין, אַ גלייביקע קריסטלעכע פֿרוי, האָט נישט אויסגעזאָגט, מיט וועמען זיי האָבן זיך באַראַטן.