נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne

Facebook

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 27, 2015, issue of August 21, 2015.

אַ נײַע אָרגאָניזאַציע װיל װערן אַ מיטגליד פֿון דער קהילה

דער ציל פֿון דער נײַער אָרגאָניזאַציע „קשת אױסטראַליע‟ איז צו באַקעמפֿן דיסקרימינאַציע קעגן ייִדישע לעזביאַנקעס, האָמאָסעקסואַליסטן, בײַ־סעקסואַליסטן און טראַנס־סעקסואַליסטן צװישן ייִדן און אױך אין דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. די גרופּע האָט געמאָלדן, אַז זי שטעלט זיך אױך אַ ציל צו װערן אַן אָרגאָניזאַציאָנעלער מיטגליד פֿון דער אָרגאָניזירטער ייִדישער קהילה אין דער שטאַט װיקטאָריע, װאָס רופֿט זיך דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע.

װען די לאָקאַלע מעלבורנער אָרגאָניזאַציע פֿון ייִדישע לעזביאַנקעס און האָמאָסעקסואַליסטן, „אַלף”, האָט פֿאַרמאָסטן זיך צו װערן אַ מיטגליד פֿון דער קהילה אין װיקטאָריע אינעם יאָר 1999, האָט די קהילה-אָנפֿירערשאַפֿט געפֿאָדערט, אַז צװײ דריטל פֿון די מיטגלידער-אָרגאָניזאַציעס דאַרפֿן מסכּים זײַן, כּדי „אַלף” זאָל קענען אַרײַן אין דער ייִדישער דאַך־אָרגאָניזאַציע. די אָפּשטימונג איז געװען 46 פֿאַר און 39 קעגן, נאָך דעם װי אַ טײל אָרטאָדאָקסישע שילן האָבן געסטראַשעט, אַז זײ װעלן פֿאַרלאָזן די קהילה טאָמער װעט „אַלף” אַרײַנגעלאָזט װערן.

די איצטיקע אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער קהילה זאָגט, אַז זי מײנט אַז די לאַגע האָט זיך געביטן, כאָטש טײלװײַז, במשך פֿון דער צײַט און אַז זי דערװאַרט נישט, אַז דער צוגאַנג פֿון די אָרטאָדאָקסישע שילן צום ענין זאָל זײַן פּונקט אַזױ װי מיט 15 אָר צוריק. די פּרעזידענטן פֿון די אָרטאָדאָקסישע שילן אין װיקטאָריע האָבן נישט געװאָלט רעדן מיט דער פּרעסע װעגן דעם ענין. עס איז באַװוּסט, אַז די נישט־אָרטאָדאָקסישע שילן אין װיקטאָריע שטיצן אונטער דאָס רעכט פֿון צװײ דערװאַקסענע פֿונעם זעלבן געשלעכט חתונה צו האָבן און זײַנען פּאַזיטיװ געשטימט דערצו אַז „קשת‟ זאָל װערן אַ מיטגליד פֿון דער קהילה.

װעגן דעם נײַעם מעלבורנער בית־דין

דער נײַער מעלבורנער בית־דין האָט געמאָלדן אױף זײַן װעבזײַט, אַז ער װעט זיך נעמען צו דער אַרבעט, אָנהײבנדיק אין אױגוסט 2015, מיט דער מיטבאַטײליקונג פֿון פֿיר באַקאַנטע לאָקאַלע אָרטאָדאָקסישע רבנים. די מעלדונג האָט אױך באַמערקט, אַז עס איז ביליקער צו גײן צו אַ בית־דין װי צו גײן אין ציװיל־געריכט צו לײזן פֿינאַנציעלע סיכסוכים. דערצו האָט זי אונטערגעשטראָכן, אַז ייִדן דאַרפֿן נאָר גײן אין ציװיל־געריכט, כּדי צו לײזן אַ סיכסוך אין ערגסטן פֿאַל, און נאָכן גײן אין בית־דין. מיט עטלעכע טעג שפּעטער זײַנען די נעמען פֿון די רבנים אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער װעבזײַט.