דרוק אויף הויפּט ייִדישן סענאַטאָר וואָס שייך איראַן־אָפּמאַך

Pressure on Key Jewish Senator Regarding Iran Deal

טשאָק שומער
Getty Images
טשאָק שומער

פֿון ייִט״אַ

Published July 28, 2015, issue of August 21, 2015.

דער געוועזענער אַמעריקאַנער סענאַטאָר, יוסף ליבערמאַן, האָט גערופֿן אַ הויך־ראַנגיקן סענאַטאָר פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, טשאָק שומער פֿון ניו־יאָרק, אָפּצוּוואַרפֿן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך צווישן איראַן און די זעקס וועלט־כּוחות.

ליבערמאַן, אַ פֿרומער ייִד, וועלכער האָט קאַנדידירט פֿאַר וויצע־פּרעזידענט אין 2000, האָט געזאָגט בעת אַן אינטערוויו זונטיק אויף אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אין ניו־יאָרק, אַז „טשאָק איז דער שליסל‟ אָפּצושטעלן דעם אָפּמאַך. שומער איז אויך אַ ייִד.

„מיר איז שווער צו גלייבן, אַז שומער וועט דאָס שטיצן,‟ האָט ליבערמאַן געזאָגט. ליבערמאַן האָט במשך פֿון פֿיר קאַדענצן געדינט ווי דער סענאַטאָר פֿון קאָנעטיקאָט, צו ערשט — ווי אַ דעמאָקראַט, און שפּעטער — ווי אַן אומאָפּהענגיקער. „ווי קען מען מאַכן אַן אָפּמאַך מיט עמעצן, וואָס וויל דיך פֿאַרניכטן?‟ האָט ער צוגעגעבן. לויט אַ צאָל באַריכטן, האָט דאָס „ווײַסע הויז‟ לעצטנס אָנגעהויבן שטאַרק דריקן אויף שומער, אַז ער זאָל יאָ שטיצן דעם הסכּם, אין דער זעלבער צײַט, וואָס ישׂראל דריקט אויף אים עס אָפּצוּוואַרפֿן.

ליבערמאַן האָט געזאָגט, אַז אויב שומער וועט אָפּוואַרפֿן דעם אָפּמאַך, „וועט עס ווירקן אויף אַ סך אַנדערע דעמאָקראַטן זיך אויך אַנטקעגנצושטעלן‟. שומער האָט זונטיק דערקלערט, אַז ער „שטודירט אַלע פּרטים פֿונעם אָפּמאַך‟.

ליבערמאַן האָט פֿון פֿריִער גערופֿן דעם „ווײַסן הויז‟ צו רופֿן נײַע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, כּדי איבערצומאַכן דעם הסכּם; דאָס מאָל — לויט שטרענגערע טערמינען, וואָס וואָלטן בעסער באַשיצט ישׂראל.

דער קאָנגרעס מוז, במשך פֿון די קומעדיקע צוויי חדשים, באַשליסן צי מע זאָל אָפּוואַרפֿן דעם אָפּמאַך, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן דעם 14טן יולי. לויטן אָפּמאַך, וואָלט מען רעדוצירט די סאַנקציעס קעגן איראַן, אויב זי וועט באַווײַזן, אַז זי צאַמט אײַן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם. די ישׂראל־רעגירונג טענהט, אַז דער הסכּם וועט, פֿאַרקערט, דערמעגלעכן איראַן צו אַנטוויקלען נוקלעאַר געווער.