עלטערן באַקלאָגן זיך קעגן ניו־יאָרקער ישיבֿות

Parents Urge Probe of NY Yeshivas

Wiki Commons

פֿון ייִט״אַ

Published July 29, 2015, issue of August 21, 2015.

אַ גרופּע פֿון 52 מענטשן — געוועזענע תּלמידים פֿון ישיבֿות, עלטערן פֿון ישיבֿה־בחורים און לערער, וואָס פֿלעגן אַרבעטן אין ייִדישע רעליגיעזע בילדונג־אינסטאַנצן — האָבן אונטערגעחתמעט אַ קאָלעקטיוון בריוו צו דער אַדמיניסטראַציע פֿון דער שטאָט, וווּ זיי האָבן אויסגעדריקט זייער זאָרג וועגן דעם שוואַכן מצבֿ פֿון וועלטלעכע לימודים אין די 39 פֿרומע שולן, צו וועלכע זיי האָבן אַמאָל געהאַט אָדער האָבן נאָך אַלץ אַ שײַכות.

די אונטערשרײַבער האָבן צעשיקט זייער בריוו צו זיבן בילדונג־אינסטאַנצן אין קווינס און ברוקלין, ווי אויך צו קאַרמען פֿאַרינאַ, די קאַנצלערין פֿונעם שטאָטישן שול־ראַט, און גערופֿן זיי דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג, טענהנדיק, אַז די ישיבֿות האַלטן נישט אויס די כּללים, לויט וועלכע זיי מוזן פֿאָרלייגן אַן אַלגעמיינע בילדונג־פּראָגראַם, וואָס מע קאָן מער אָדער ווייניקער פֿאַרגלײַכן מיט דער מלוכישער שול־סיסטעם.

דער קאָלעקטיווער בריוו איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע Jaffed, געגרינדעט מיט דרײַ יאָר צוריק, וואָס האָפֿט צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון וועלטלעכע לימודים אין די ניו־יאָרקער חרדישע ישיבֿות און מיידל־שולן. די פּראָבלעם איז באַזונדערס אַקטועל אין די ישיבֿות פֿאַר ייִנגלעך, וואָס שטעלן דעם טראָפּ אויף פֿרומע שיעורים און פֿאַרזעען אָפֿטמאָל די אַלגעמיינע דיסציפּלינען. ווי אַ רעזולטאַט, זענען אַ סך חרדישע יונגע־לײַט נישט בכּוח צו געפֿינען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פּרנסה.

די אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן דער פּרעסע אַ קאָפּיע פֿונעם בריוו, אָבער האָט אויסבאַהאַלטן די נעמען פֿון די אונטערשרײַבער, כּדי אָפּצוהיטן זיי פֿון מעגלעכע דראָונגען מצד די פֿרומע קהילות, ווי אויך נישט מפֿרסם געווען די רשימה פֿון 39 אינסטיטוציעס, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם אָנקלאָג.