15 מיליאָן דאָלאַר צו מאַכן אַ שיל קלענער

Spending $15 Million To Downsize a Synagogue

די שיל „קהילת־ישׂראל‟ אין ברוקלײַן
Uriel Heilman
די שיל „קהילת־ישׂראל‟ אין ברוקלײַן

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published July 30, 2015, issue of August 21, 2015.

אין דער באָסטאָנער פֿאָרשטאָט ברוקלײַן, אויף דער האַרוואַרד־סטריט, שטייט אַן אַלטע שיל מיטן נאָמען „קהילת־ישׂראל‟. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס, וואָס האַלטן בײַם אונטערגיין, קומען אַהין אַלץ מער ייִדן. אין דער שיל זענען רעגיסטירט 430 מיטגלידער. מע דאַוונט, ווי געהעריק, דרײַ מאָל אַ טאָג; שבת אינדערפֿרי זענען פֿאַראַן דרײַ באַזונדערע מנינים, און אין האַרבסט פּלאַנירט מען אָנצוהייבן אַ פֿערטן. אינעם שיל־בנין געפֿינט זיך אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט אַ קינדערגאָרטן. במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר, האַלט דער קהילה־בודזשעט אין איין וואַקסן.

איצט פּלאַנירט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער 98־יאָריקער שיל אַן אומגעוויינטלעכן פּראָיעקט: איבערצובויען די שיל, כּדי זי זאָל ווערן קלענער. אין אַ יאָר אַרום, האָפֿט מען אָנצוהייבן דעם ערשטן שטאַפּל פֿון דער בויערײַ, וואָס וועט קאָסטן 15 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו מאַכן דעם בנין באַקוועמער פֿאַר די מתפּללים. שפּעטער, קלײַבט מען זיך צו עפֿענען אויפֿן שטח אַ וווין־הויז פֿאַר עלטערע לײַט, וואָס מע וועט פֿאַרדינגען. דאָס וועט, ווי מע האָפֿט, ממשותדיק פֿאַרגרעסערן די הכנסה פֿון דער שיל. ווי אַ רעזולטאַט, וועט דער אַלגעמיינער שטח פֿון דער סינאַגאָגע אַ ביסל פֿאַרקלענערט ווערן, פֿון 55,000 ביז 53,000 קוואַדראַט־פֿוס.

דער חידוש פֿון אַזאַ פּראָיעקט באַשטייט אין דעם, וואָס אויב אַפֿילו „קהילת־ישׂראל‟ וועט אָנהייבן פֿאַרלירן די מתפּללים, וועט דער באַנײַטער בנין דערמעגלעכן אָפּצושפּאָרן מער געלט. אין דער זעלבער צײַט, אויב די קהילה וועט ווײַטער וואַקסן, וועט די שיל בלײַבן נאָך אַלץ באַקוועם פֿאַר אַ גרעסערן עולם. ביל האַמילטאָן, דער ראַבינער פֿון „קהילת־ישׂראל‟, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז צוליב דעם, וואָס אַ סך שילן אין די אַמעריקאַנער פֿאָרשטעט לײַדן הײַנט פֿון די צו גרויסע הוצאות, האָט זײַן קהילה באַשלאָסן דווקא צו שאַפֿן אַ קלענערע, אָבער מער שפּאָרעוודיקע, סינאַגאָגע.

אַ סך קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרמער שילן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן איצט פֿון גרויסע פֿאַרלוסטן. אין די בנינים, וואָס זענען לכתּחילה אויסגעבויט געוואָרן, כּדי אַרײַנצונעמען ביז 1,500 מתפּללים, דאַוונען צום מערסטן 100 מענטשן, בלויז שבת אָדער די ימים־נוראָים. „קהילת־ישׂראל‟ האָפֿט אויסצומײַדן אַזאַ סיטואַציע. מיט דער הילף פֿונעם פּלאַנירטן וווין־הויז, וועט מען, לויטן פּלאַן, שאַפֿן אַ נײַעם קוואַל פֿון בודזשעט, וואָס ווענדט זיך נישט אין די צושטײַערס פֿון די שיל־מיטגלידער.

אין עטלעכע מײַל פֿון „קהילת־ישׂראל‟, שטייט דער קאָנסערוואַטיווער „טעמפּל אמת‟, וווּ מע האָט נישט לאַנג צוריק אָנגעהויבן פֿאַרווירקלעכן אַן איבערבוי־פּראָיעקט אויף אַ סומע פֿון 1 מיליאָן דאָלאַר, און מע פּלאַנירט אַרײַנצולייגן נאָך 2 מיליאָן. דער ראַבינער, אַלען טורעץ, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז נאָכן רעמאָנט וועט די שיל אויסזען מער „אָפּטימיסטיש‟, מיט העכערע סטעליעס און ליכטיקע קאָרידאָרן. זינט 2005, ווען מע האָט געפּרוּווט דורכצופֿירן אַן אַנדער דורכגעפֿאַלענעם רעמאָנט־פּראָיעקט, האָט דער „טעמפּל אמת‟ זיך פֿאַראייניקט מיט אַן אַנדער אונטערגייענדיקער קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע, און פֿאַרדינגט צומאָל אַ טייל פֿונעם בנין פֿאַר אַן אָרטיקן מלוכישן קינדערגאָרטן און פֿאַרן פּאָפּולערן חב״ד־צענטער, וואָס שטייט קעגנאיבער דער גאַס. דער אייגענער בנין פֿון דער צווייטער שיל, „משכּן־תּפֿילה‟, וועלכע האָט זיך פֿאַראייניקט מיטן „טעמפּל אמת‟, וועט מסתּמא זיך שליסן אין דער נאָענטער צוקונפֿט.