דאָס ייִדישע מאַראָקאָ אַנטוויקלט זיך ווײַטער

Jewish Morocco Continues to Flourish

יואל און דוניא־אסתּר מאַטוועיעוו אינעם הויז פֿון רבי חיים פּינטאָ הקטן, דער באַקאַנטער קאַסאַבלאַנקער מקובל (רעכטס); אַ חנעוודיקער „גאַסט‟ וואַנדערט צווישן די יאַרמלקעס און ספֿרים אין חיים פּינטאָס הויז
Yoel Matveyev
יואל און דוניא־אסתּר מאַטוועיעוו אינעם הויז פֿון רבי חיים פּינטאָ הקטן, דער באַקאַנטער קאַסאַבלאַנקער מקובל (רעכטס); אַ חנעוודיקער „גאַסט‟ וואַנדערט צווישן די יאַרמלקעס און ספֿרים אין חיים פּינטאָס הויז

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 31, 2015, issue of August 21, 2015.

בעת מײַן אַנומלטיקן וויזיט אין קאַסאַבלאַנקע, צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ באַקאַנטער מאַראָקאַנער רבנישער משפּחה, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַן אָרטיקן ייִד, חיים פּינטאָ, וועלכער האָט אַמאָל עמיגרירט פֿון מאַראָקאָ קיין קאַנאַדע, אָבער פֿאַרברענגט כּסדר אין קאַסאַבלאַנקע, ווײַל ער האָט ליב דאָס לאַנד, לויבנדיק די מאַראָקאַנער פֿאַר זייער פֿרײַנדלעכקייט און אַנדערע גוטע מידות. אויף זײַן הויז האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אינגאַנצן על־פּי־צופֿאַל, אַרומשפּאַצירנדיק אינעם אַלטן קוואַרטאַל און פֿאָלגנדיק מיט די אויגן אַ חנוודיק קעצעלע; אומצאָליקע גאַס־קעץ זענען פּראָמינענטע „תּושבֿים‟ פֿון דער שטאָט.

פּינטאָ וווינט אינעם הויז פֿון זײַן באַרימטן זיידן, אַ מקובל מיט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ בעל־מופֿת. ער האָט באַטאָנט, אַז דער אַלטער ייִדישער קוואַרטאַל, „מלח‟, וווּ זײַן הויז שטייט, טראָגט אַזאַ נאָמען, ווײַל די מוסולמענער האָבן תּמיד געהאַט דרך־ארץ פֿאַר די ייִדן, און האָבן זיי געהאַלטן פֿאַרן סאַמע תּמצית פֿונעם לאַנד; דאָס וואָרט „מלח‟ מיינט „זאַלץ‟ אי אויף אַראַביש, אי אויף לשון־קודש. פּינטאָ האָט צוגעגעבן, אַז ווען די נאַצי־אָקופּירטע פֿראַנצויזישע רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט אַנטיסעמיטישע געזעצן, האָט דער מאַראָקאַנער קיניג זיך פּרינציעל אָפּגעזאָגט זיי אויסצופֿירן און האָט דווקא אַרויסגעוויזן זײַן ליבשאַפֿט צו די ייִדן.

הײַנט וווינען אין מאַראָקאָ, לויט פֿאַרשיידענע חשבונת, פֿון 2,500 ביז 6,000 ייִדן. הגם אין פֿאַרגלײַך מיט דער ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון איבער אַ פֿערטל מיליאָן נפֿשות ווי אין די 1950ער יאָרן, איז עס אַ רעלאַטיוו קליינע צאָל, בלײַבט די קהילה גאַנץ אַקטיוו. אַ געוויסע צאָל אָרטיקע ייִדן שטאַמען פֿון אַנדערע לענדער אָדער האָבן זיך אומגעקערט אין זייער היימלאַנד.

אין דער גרויסער קאַסאַבלאַנקער שיל „בית־א־ל‟, די גרעסטע און די שענסטע אין דער שטאָט, האָט די וועכטערין מיר געגעבן אַ ליובאַוויטשער בלעטל אויף פֿראַנצויזיש. אַחוץ עטלעכע שילן, אַרײַנגערעכנט אַן אָרטיקן בית־חב״ד, איז אין קאַסאַבלאַנקע פֿאַראַן אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון כּשרע רעסטאָראַנען, שולן און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס; איינע פֿון די עלטסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט אַנטווילקט זיך ווײַטער.

לויט אַלטע לעגענדעס, האָבן די ייִדישע סוחרים זיך באַוויזן אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן מאַראָקאָ נאָך אין שלמה־המלכס צײַטן. צווישן די ערטער, וואָס ווערן דערמאָנט אין די פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿיגורירט סאַלע, די עלטסטע שטאָט אויפֿן ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, וואָס געפֿינט זיך לעבן דער הײַנטיקער מאַראָקאַנער הויפּטשטאָט, ראַבאַט.

עס קאָן זײַן, אַז ווען נבֿוכדנצר האָט צעשטערט דעם ערשטן בית־המיקדש און פֿאַרטריבן די ייִדן קיין בבֿל, האָבן זיך אין מאַראָקאָ געשאַפֿן גענוג גרויסע ייִדישע קהילות. לויט דער ייִדישער לעגענדע פֿונעם באַרג־שטעטל איפֿראַן, האָבן די אָרטיקע ייִדן באַשלאָסן דאָרטן צו בלײַבן, ווען עזרא־הסופֿר האָט זיי גערופֿן זיך אומצוקערן קיין ירושלים.