שטודיע: ס׳רובֿ ייִדישע סטודענטן טרעפֿן אָן אַנטיסעמיטיזם אין קאָלעדזש

Study: Most Jewish Students Face Hostility on Campus

אינעם „קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט‟ אין אירווײַן, זענען במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר פֿאָרגעקומען אַ צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע אַקציעס. אויפֿן בילד: אַן אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּע מערקט אָפּ אַ „וואָך פֿונעם ישׂראלדיקן אַפּאַרטהײַד‟ אין מײַ 2010
Courtesy of AMCHA Initiative
אינעם „קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט‟ אין אירווײַן, זענען במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר פֿאָרגעקומען אַ צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע אַקציעס. אויפֿן בילד: אַן אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּע מערקט אָפּ אַ „וואָך פֿונעם ישׂראלדיקן אַפּאַרטהײַד‟ אין מײַ 2010

פֿון ייִט״אַ

Published July 31, 2015, issue of August 21, 2015.

דינסטיק, דעם 28סטן יולי, האָט בראַנדײַס־אוניווערסיטעט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרשונג, לויט וועלכער ס׳רובֿ ייִדישע סטודענטן פֿון קאָלעדזשן און אוניווערסיטעטן אין צפֿון־אַמעריקע האָבן זיך אָנגעשטויסן אויף אַנטיסעמיטישע אָדער אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען אין זייער קאַמפּוס. דאָס האָט אָבער נישט געביטן זייער באַציִונג צו מדינת־ישׂראל. די אינטערנעץ־פֿאָרשונג האָט נישט אַרײַנגענומען די אַספּיראַנטן פֿון גראַדויִר־פּראָגראַמען.

לויט דער שטודיע, זענען די העסלעכע שטימונגען לגבי ייִדן אָדער ישׂראל באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין געוויסע קאַנאַדער אוניווערסיטעטן און מלוכישע בילדונג־אַנשטאַלטן אין קאַליפֿאָרניע. בערך אַ דריטל פֿון די אויסגעפֿרעגע 3,000 סטודענטן, וועלכע קלײַבן זיך צו באַטייליקן אין דער 10־טאָגיקער „געבורטרעכט‟־נסיעה קיין ישׂראל, האָבן געטענהט, אַז במשך פֿונעם לעצטן יאָר האָבן זיי אויסגעהערט אין זייער קאַמפּוס שׂינאה־ווערטער צוליב זייער שײַכות צו ייִדישקייט.

כּמעט דרײַ פֿערטל פֿון זיי האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן זיך אָנגעטראָפֿן מיט, לכל־הפּחות, איינעם פֿון זעקס באַקאַנטע אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען, אַרײַנגערעכנט די „צו גרויסע ייִדישע מאַכט‟ און אַז די ישׂראלים פֿירן זיך אויף „ווי נאַציס‟ לגבי די פּאַלעסטינער.

מער ווי אַ פֿערטל פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן געזאָגט, אַז די אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטע פּראָבלעם אין זייער קאַמפּוס, און כּמעט 15 פּראָצענט האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן זיך אָנגעטראָפֿן אויף דער זעלבער שׂינאה קעגן סתּם ייִדן. כּמעט יעדער פֿערטער סטודענט האָט אויך געטענהט, אַז במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט עמעצער אינעם קאַמפּוס זיי באַשולדיקט אין שײַכות מיט די אַקציעס פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכה, צוליב דעם וואָס זיי זענען ייִדן.

צוויי דריטל פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן געענטפֿערט, אַז נישט געקוקט אויף די אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען אינעם קאַמפּוס, פֿילן זיי נאָך אַלץ אַ פֿאַרבינדונג מיט מדינת־ישׂראל. אַדרבה, די פֿאָרשונג האָט אויפֿגעוויזן, אַז דער פּראָצענט פֿון סטודענטן, וואָס זאָגן אַרויס פּראָ־ישׂראלדיקע שטימונגען איז אַפֿילו געשטיגן נאָך דער לעצטער מלחמה אין עזה. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די אויסגעפֿרעגטע האָבן זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט די פּרטים פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק; די פֿאָרשער האָבן באַמערקט, אַז ס׳רובֿ פֿון די אויסגעפֿרעגטע, ווי עס זעט אויס, ווייסן ווייניק וועגן ישׂראל בכלל.

די פֿאָרשונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין אַפּריל, דורכן „צענטער פֿון מאָדערנע ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון מאָריס און מערילין כּהן‟ בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט.

מיט 5 חדשים פֿריִער האָט דער „טריניטי־קאָלעדזש‟ אין קאָנעטיקעט פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג פֿון 1,157 אַמעריקאַנער ייִדישע סטודענטן, דורכגעפֿירט אין פֿרילינג 2014, לויט וועלכן 54 פּראָצענט פֿון זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט אַנטיסעמיטיזם אין זייער קאַמפּוס.