גרעסערע סובסידיעס פֿאַר ישׂראלדיקע האָמאָסעקסואַלן

Increased Funding For Israeli LGBT Group

אַ געליטענער פֿונעם מעסער־אַטאַק בעתן ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ ווערט געבראַכט אין שפּיטאָל
Getty Images
אַ געליטענער פֿונעם מעסער־אַטאַק בעתן ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ ווערט געבראַכט אין שפּיטאָל

פֿון ייִט״אַ

Published July 31, 2015, issue of August 21, 2015.

דאָנערשטיק, דעם 30סטן יולי, האָט אַ פֿרומער ייִד אַטאַקירט די באַטייליקטע אינעם ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ פֿון האָמאָסעקסואַלן מיט אַ מעסער, פֿאַרוווּנדענדיק זעקס מענטשן. איינער פֿון די קרבנות געפֿינט זיך אין אַ קריטישן מצבֿ.

דעם זעלבן טאָג, מיט עטלעכע שעה נאָכן אָנפֿאַל, האָט דער ישׂראלדיקער בילדונג־מיניסטער, נפֿתּלי בענעט, צוגעזאָגט „גאָר שטאַרק צו פֿאַרגרעסערן‟ די מלוכישע סובסידיעס פֿאַר אַן אָרגאַניזאַציע Israeli Gay Youth, וואָס העלפֿט דער ישׂראלדיקער האָמאָסעקסועלער יוגנט.

בענעט, אַ מיטגליד פֿון דער רעכטער פּאַרטיי „הבית היהודי‟, האָט דערווײַל נישט געזאָגט, וויפֿל געלט ער קלײַבט זיך אויסצוגעבן. די פּאָליציי האָט געכאַפּט דעם פֿאַרברעכער און באַשטעטיקט, ווער ער איז. דער זעלבער חרדישער פּאַרשוין, ישי שליסל, איז שוין אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה פֿאַר אַן ענלעכן מעסער־אַטאַק בעתן ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ אין 2005. מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז ער באַפֿרײַט געוואָרן.

ווי אַ רעכטער פּאָליטיקער, איז בענעט אַ שטאַרקער שטיצער פֿון די ישׂראלדיקע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג. פֿאַרדאַמענדיק דעם בלוטיקן אָנפֿאַל אויפֿן פּאַראַד, האָט ער אָבער באַטאָנט, אַז מע טאָר בשום־אופֿן נישט דערלאָזן אַ סיטואַציע, אין וועלכער די יוגנטלעכע דאַרפֿן מורא האָבן צו גיין אויף דער גאַס צוליב זייער לעבנס־שטייגער. אויפֿן „טוויטער‟, האָט דער מיניסטער צוגעגעבן, אַז ער שטיצט אַ נײַע פּראָגראַם, כּדי צו באַקעמפֿן די העצע קעגן האָמאָסעקסועלע, ביסעקסועלע און טראַנס-סעקסועלע מענטשן. אין זײַנע „טוויטער‟־מעלדונגען, האָט בענעט צוגעגעבן, אַז שליסל האָט „אַטאַקירן די מאָראַלישע פּרינציפּן פֿון דער ייִדישער אמונה‟ און האָט גערופֿן אים צו פֿאַרמישפּטן צו דער גרעסטער מעגלעכער שטראָף.