באַבעלס עטנישע אידענטיטעט

Babel's Ethnic Identity

איסאַק באַבעל
איסאַק באַבעל

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

וועגן איסאַק באַבעלן (1894—1940) האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן. בפֿרט נאָך אַז איך האָב זיך געהאַט אָנגעשטויסן אויף אייניקע אינטערעסאַנטע אַרכיוון־מאַטעריאַלן, וואָס האָבן אַ דירעקטן שײַכות צום לעבן פֿון דעם דאָזיקן רוסיש־שפּראַכיקן אוניקאַלן מײַסטער פֿון ליטעראַרישן וואַרט.

אמת, קיין באַבעל־פֿאָרשער בין איך ניט, און מיט אַ יאָר צוריק האָב איך געפֿונען אַ תּירוץ — דער עיקר פֿאַר זיך אַליין — ניט צו פֿאָרן אויף אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 120סטן יוביליי פֿונעם שרײַבער. ערשטנס, האָב איך ניט געהאַט — און האָב נאָך אַלץ ניט — גענוג נײַע „סחורה‟, און צווייטנס, בין איך ניט געווען גרייט ווידער אַ מאָל זיך באַטייליקן אין דעם אין־סופֿיקן שמועס אויף דער טעמע, צי איסאַק באַבעל איז געווען אַ ייִדישער שרײַבער, צי ניט.

אַגבֿ, איך האָב ניט דערקלערט ווער באַבעל איז געווען און וואָס ער האָט געשריבן, האַלטנדיק אַז דעם „פֿאָרווערטס‟־עולם איז עס גוט באַוווּסט. און אַז ס׳איז אויך באַקאַנט דער טראַגישער סוף פֿון זײַן לעבן; ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולערקייט און זײַן געטרײַקייט דער סאָוועטישער מאַכט, האָט מען אים לסוף אַרעסטירט און אומגעבראַכט ווי אַ „שׂונא פֿון פֿאָלק‟. אין די הויכע סאָוועטישע פֿענצטער איז, אַ פּנים, באַשלאָסן געוואָרן, אַז ער האָט געשטערט דעם רעזשים.

נאָר אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1950ער יאָרן האָט זײַן נאָמען אָנגעהויבן זיך ווידער באַווײַזן אין דער סאָוועטישער פּרעסע און זײַנע ווערק האָבן ווידער באַקומען אַ צוטריט צום לייענער. אייניקע זײַנע ווערק קען מען לייענען אויף ייִדיש. אַ באַנד דערציילונגען, „די געשיכטע פֿון מײַן טויבנשלאַק‟, איבערגעזעצט דורך גיטל מײַזיל, געפֿינט זיך אויף דער וועבזײַט פֿון ייִדישן ביכער־צענטער.

דאָ וויל איך גלײַך זאָגן, און ניט צום ערשטן מאָל, אַז — ניט געקוקט אויף פֿילצאָליקע ייִדישע טעמעס און העלדן אין באַבעלס ווערק, האַלט איך אים ניט פֿאַר קיין „ייִדישן שרײַבער‟. פֿאַר וואָס? קודם־כּל, ווײַל ער האָט זיך אַליין בלי־ספֿק געהאַלטן פֿאַר אַ רוסישן פּען־מענטשן. זײַנע ווערק האָט ער געשאַפֿן פֿאַרן רוסישן לייענער. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, טענהן, אַז רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן האָבן תּמיד געלייענט אים זייער זשאַדנע. דאָך זײַנען זיי, די ייִדן, געווען און בלײַבן נאָר אַ טייל, און דווקא אַ קלענערער, פֿון באַבעלס לייענערשאַפֿט.

אין דעם זין לאָזט זיך ניט באַבעל צו באַקומען אַן אָרט אין דער זעלבער קאַטעגאָריע, ווי יצחק באַשעוויס־זינגער אָדער שלום אַש, וואָס האָבן געהאַט אַ ברייטן עולם לייענער אויף ענגליש. אָבער זייערע לייענער זײַנען געווען, דער עיקר, ייִדן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס געשריבן האָבן זיי אויף ייִדיש. דערפֿאַר בלײַבן זיי באַרעכטיקט אין דער ליטעראַטור־געשיכטע ווי ייִדישע מחברים.