איך, אַ פֿרומע מאַמע, וויל אויך אַ שטאָט־אויספֿאָרשונג פֿון די ישיבֿות

I'm an Orthodox Mom and I Want City to Probe Yeshivas

Getty Images

פֿון בעטאַני מאַנדעל (Forward)

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

פֿייגי מאיר, וואָס האָט זיך גענומען דאָס לעבן דעם 20סטן יולי, האָט אין אַ בריוו האַרט פֿאַר איר טויט, געשריבן וועגן פֿאַרשידענע עלעמענטן פֿון דער אָרטאָדאָקסישער געזעלשאַפֿט, וואָס האָט זי פֿאַרטריבן פֿון פֿירן אַ רעליגיעז לעבן:

ווען איך בין געווען אַרום 18 יאָר אַלט, האָב איך נישט איין מאָל געקלערט: ווי וואָלט געווען אַנדערש, ווען איך בין אַ ייִנגל? אין אַ בעלזער מיידל־שול, פֿון קינדערגאָרטן ביזן סוף פֿון דער מיטלשול, לערנט מען זיך אינעם ערשטן טייל פֿון טאָג — „ייִדיש‟, און אינעם צווייטן טייל — „ענגליש‟. איך האָב בכּיוון נישט געטאָן קיין אַרבעט אין די ייִדיש־קלאַסן ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז ס׳וועט מיר גאָר נישט שאַטן, ווײַל מע האָט אונדז סײַ־ווי געגעבן באַזונדערע דיפּלאָמען פֿאַר ייִדיש און פֿאַר ענגליש. אין אויגוסט 2004, אין עלטער פֿון 18 יאָר, בין איך טאַקע אָנגענומען געוואָרן אין טוראָ־קאָלעדזש. אָבער די חסידישע בחורים האָבן נישט אַזאַ מזל ווי די חסידישע מיידלעך. זיי קענען נישט די פּשוטסטע פּרינציפּן פֿון מאַטעמאַטיק: ווי צו צעטיילן ציפֿערן אָדער ווי צו פֿאַרשטיין בראָכצאָלן. די סיבה דערפֿאַר איז ווײַל זיי האָבן בלויז „ייִדיש‟ אַ גאַנצן טאָג…

נישט לאַנג נאָך פֿייגיס פּטירה, האָבן די הויכע באַאַמטע פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, על־פּי־צופֿאַל, טאַקע געמאָלדן, אַז די שטאָט וועט דורכפֿירן אַן אויספֿאָרשונג פֿון 39 ברוקלינער ישיבֿות. צווישן מײַנע פֿרײַנד און די באַטייליקטע אין דער „פֿייסבוק‟־זײַט פֿאַר ייִדישע עלטערן, הער איך און לייען איך — אַ יונגע אָרטאָדאָקסישע מאַמע — וועגן דער שוואַכער קוואַליטעט פֿון דער בילדונג, וואָס אונדזערע קינדער קריגן. ס׳איז גענוג שלעכט, וואָס דער שׂכר־לימוד ווערט אַלץ שווערער צו באַצאָלן (בפֿרט בײַ די משפּחות, וואָס פֿאָלגן טאַקע די מיצווה פֿון פּרו ורבֿו), אָבער איצט הייבן די עלטערן שוין אָן פֿרעגן: וואָס קריגן מיר דערפֿאַר?

יעדער פֿאַרשטייט עס אַליין אָבער מע דאַרף עס סײַ־ווי אַרויסזאָגן שוואַרץ אויף ווײַס: טאַטעס און מאַמעס האָבן דאָס רעכט צו פֿאָרעדן אַ דערציִונג, וואָס שטימט מיט די באַדערפֿענישן פֿון זייערע משפּחות, און וואָס וועט זיי נישט באַנקראָטירן.

און דאָך — נישט געקוקט אויף דער הויכער צאָל ישיבֿות אין ס׳רובֿ פֿרומע ייִדישע געגנטן, האָבן די עלטערן בכלל נישט קיין דעה. ישיבֿות וואַרפֿן אָפֿט מאָל אָפּ יענע תּלמידים, וואָס פֿאָדערן ספּעציעלע הילף אין די לימודים, און אַ סך לערער האָבן אַפֿילו נישט קיין לערער־דיפּלאָם אָדער קיין שום פּראַקטיק אין אַ קלאַסצימער, ווען מע גיט זיי דאָס הייליקע שליחות פֿון גיבן קינדער און יוגנטלעכע אַ לײַטישע דערציִונג.

צוליב דעם דרוק פֿון דער פֿרומער געזעלשאַפֿט, זענען פֿרומע עלטערן, אַוודאי, פֿאַרווערט פֿון שיקן די קינדער אין מלוכישע אָדער „טשאַרטער‟־שולן. מע וואָלט אויך געקוקט קרום אויף זיי, אויב זיי באַשליסן צו לערנען זייערע קינדער בײַ זיך אין דער היים.

די טאָגשול־סיסטעם אינעם איצטיקן מצבֿ איז ווי אַ קאָרטן־שטיבל, וואָס קאָן מיט איין שטאַרקן „בלאָז‟ פֿונאַנדערפֿאַלן. די שטאָט ניו־יאָרק טוט אונדז אַלעמען אַ טובֿה, אויב זיי וועלן טאַקע אָנהייבן צווינגען די ישיבֿות צו פֿאָלגן העכערע פּעדאַגאָגישע סטאַנדאַרטן.

מיר גיבן אויס אַ סך צײַט, געלט און ענערגיע אויף דער וויכטיקער אַרבעט פֿון קירובֿ, אָבער אויב מיר ווילן מאַכן אונדזער לעבן־שטייגער מער צוציִיִק צו נישט־רעליגיעזע ייִדן, דאַרפֿן מיר פֿאַרזיכערן די בעסטע דערציִונג וואָס מיר קענען פֿאַר אונדזערע קינדער.