נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

BILD / Hannes Ravic

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 04, 2015, issue of August 21, 2015.

פֿילם דערציילט געשיכטע פֿון מיידל, באַצייכנט ווי „דער פּאַיאַץ פֿון מײַדאַנעק‟

דעם 24סטן יולי האָט די רוסישע אַרמיי באַפֿרייט דעם טויט־לאַגער מײַדאַנעק לעבן לובלין. דאָס איז געווען מיט 71 יאָר צוריק.

די גרויסע דײַטשישע צײַטונג „בילד‟ האָט געזוכט און געפֿונען אַ פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט די שרעקן פון מײַדאַנעק. די פֿרוי הייסט חנה ראָזברוך, געבוירן אין לובלין. ראָזברוך איז געווען פֿערצן יאָר אַלט ווען די רוסן האָבן זי באַפֿרײַט. זי איז הײַנט 85 יאָר אַלט. אַ זשורנאַליסט איז געפֿאָרן מיט חנה ראָזברוך, וואָס וווינט אין ישׂראל, קיין לובלין און מײַדאַנעק און זי האָט אים דערציילט וועגן איר גליקלעכער קינדהײט אין לובלין און די טראַגעדיע וואָס זי האָט דערלעבט אין מײַדאַנעק.

טאַטע-מאַמע האָבן די דײַטשן גענומען אויף אַרבעט און חנהן מיטן קליינעם ברודער און שוועסטער האָט מען פֿאַרשיקט קיין מײַדאַנעק. דעם ברודער און די שוועסטער האָבן די דײַטשן פֿאַרגאַזט גלײַך ביים אַרײַנקומען אין לאַגער.

חנה ראָזברוך האָט גערעדט זייער גוט דײַטש. איר משפּחה איז געווען אַ רײַכע און זי האָט געהאַט אַ דײַטשישע ניאַניע.

זי איז געווען אַ חנהדוויק מיידעלע מיט אַ זיסער שטימע און דערפֿאַר האָבן די דײַטשן זי אָנגעטאָן ווי אַ פּאַיאַץ און געהייסן זינגען פֿאַר זיי ווען זיי האָבן געטרונקען און געהוליעט. דער פֿילם וואָס די צײַטונג האָט געמאַכט מיט איר הייסט טאַקע DER CLOWN VON MAJDANEK.

ראָזברוך דערציילט אין אַ דאָקומענטאַר־פֿילם ווי זי האָט געמוזט טאַנצן און זינגען פֿאַר די מערדערס וואָס האָבן אומגעבראַכט איר ברודערל און שוועסטערל.

געראַטעוועט האָט זי דער אַמאָליקער פּוילישער שותּף פֿון איר טאַטן. ער פֿלעגט אַרבעטן פֿאר די דײַטשן מיטן רייניקן פֿון די לאַטרינען אין מײַדאַנעק. ער האָט זי פֿארשטעקט אין אַ פֿאַס פול מיט צואה וואָס ער האָט אַרויסגענומען פֿון לאַגער מיט זײַן פֿערד און וואָגן. ער האָט זי איבערגעלאָזט בײַ זײַן באָבען אין דאָרף. זי איז געבליבן פֿאַרשטעקט אינעם קעלער פֿון דער באָבעס כאַטע ביז די רוסן זענען געקומען. דאָרט האָט זי געמאַכט א ליאַלקע פֿון פּאַפּיר-מאַשע: אַ פּאַיאַץ מיט וויינענדיקע אויגן. איר אייגענע געשטאַלט, זאָגט זי.

אינפֿאָרמאַציע וועגן רעליגיעזער שטיצע פֿון אַמאָליקע ייִדישע אַרעסטאַנטן ווערט געזוכט

מאַרטינאַ מאַיעווסקא איז אַ יונגע פּוילישע פֿרוי, וואָס שרײַבט אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע וועגן היטן ייִדישקײט אין די פּוילישע תּפֿיסות אין פּוילן.

מאַיעווסקאַ דערציילט, אַז הונדערטער פּוילישע ייִדן זענען געזעסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אין די פּוילישע תּפֿיסות. זי האָפֿט, אַז עטלעכע פֿון די אַרעסטאַנטן לעבן נאָך און קענען איר דערציילן, למשל, ווער ס׳האָט געדאַוונט אין דער „פּאַוויאַק־תּפֿיסה שול‟ אין וואַרשע. ווער איז געווען דער רבֿ, וואָס האָט זיך פֿארנומען מיט די ייִדישע אַרעסטאַנטן? ווי איז געווען די לאַגע מיט כּשרות אין תּפֿיסה? און נאָך ענלעכע פֿראַגעס. מאַרטינאַ דערציילט, אַז צווישן די צענדליקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין פֿאַר-מלחמהדיקן פּוילן איז געווען אויך די אַזוי גערופֿענע חבֿרה „תּומכי אסורים‟, וואָס איר ציל איז געווען צו העלפֿן די ייִדישע געפֿאַנגענע.

א סך יונגע ייִדן זענען געווען דעמאָלט חבֿרים אין דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, און אַ טייל פֿון זיי האָבן פֿאַרבראַכט חדשים און יאָרן לאַנג אין תּפֿיסה. די דאָזיקע פּאָליטישע ייִדישע אַרעסטאַנטן האָבן געהאַט ייִדישקײט אין דער לינקער פּאה. מאַרטינאַ זוכט אָבער די אַנדערע, די פֿון די רעכטע פּאַרטייען אָדער גלאַט אַזוי אַרעסטאַנטן, וואָס זענען געזעסן אין תּפֿיסה צוליב פֿאַרשיידענע נישט־פּאָליטישע סיבות.

הגם זי קאָנצענטרירט זיך אויף דער פֿאַר־מלחמהדיקער תּקופֿה, וואָלט מאַיעווסקאַ געוואָלט הערן אויך גבֿית־עדות פֿון אַרעסטאַנטן אין דער קאָמוניסטישער און פּאָסט-קאָמוניסטישער תּקופֿה.

ברייטהאַרציקער אוהבֿ־ישׂראל שטאַרבט צו 65 יאָר

דער רײַכסטער פּאָליאַק, דער מיליאַרדער יאַן קולטשיק, איז געשטאָרבן אין ווין. די סיבה: קאָמפּליקאַציעס נאָך אַ האַרץ־אָפּעראציע. קולטשיק איז געווען 65 יאָר אַלט. קולטשיק, וואָס איז נישט געווען קיין ייִד, איז פֿון דעסטוועגן געווען אַ גרויסער אוהבֿ-ישׂראל.

ער האָט געגעבן דעם גרעסטן אינדיווידועלן בײַשטײַער צו דעם „ייִדישן מוזיי אין וואַרשע‟ — גאַנצע זעקס מיליאָן דאָלאַר.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.