דאָס ייִדישע לעבן אין פֿײַער־אײַלענד

Jewish Life on Fire Island

שאול מגיד און בתיה שעכטער גרייטן זיך צו קבלת־שבת
Batya Ungar-Sargon
שאול מגיד און בתיה שעכטער גרייטן זיך צו קבלת־שבת

פֿון בתיה אונגאַר־סאַרגאָן (ייִט״אַ)

Published August 06, 2015, issue of August 21, 2015.

פֿרײַטיק אויף דער נאַכט, קומט די חזנטע אַרײַן אין דער שיל און הייבט אָן דאַוונען קבלת־שבת מיט פּויקן און אַנדערע שלאָג־אינסטומענטן. יעדער מתפּלל קען אויסקלײַבן אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט און זיך באַטייליקן אין דער לעבעדיקער באַגײַסטערטער זינגערײַ. דערנאָך איז די חזנטע אויפֿגעטראָטן מיט אַ באַנדזשאָ, געזונגען אַ תּפֿילה אונטער דער מעלאָדיע פֿון לענאַרד כּהנס „הללוקה‟ און דורכגעפֿירט אַ קורצע מעדיטאַציע.

ברוכים־הבאָים אין דער סינאַגאָגע אין פֿײַער־אײַלענד, אַן אינדזל צום מיזרח פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, ווי די באַקאַנטע ייִדישע זינגערין בתיה שעכטער דינט ווי אַ חזנטע. שעכטער פֿירט אויך אָן מיט דער ניו־יאָרקער מוזיקאַלישער גרופּע „פּרעהס טאָכטער‟, וווּ זי זינגט און שפּילט אויף אַ גיטאַר און טראַדיציאָנעלע מיטל־מיזרחדיקע אינסטרומענטן.

כּדי אָנצוקומען קיין פֿײַער־אײַלענד פֿון ניו־יאָרק, מוזן מען קודם זיך דערקלײַבן מיט צוויי באַנען און אַ מיני־אויטאָבוס ביזן פּאַראָם. דערנאָך דאַרף מען גיין צופֿוס צו דער שיל, ווײַל אויפֿן אינדזל זענען אויטאָס אינגאַנצן פֿאַרווערט, און אויף אַ ביציקל מעג מען פֿאָרן בלויז אין געוויסע צײַטן און אין געוויסע קוואַרטאַלן, אויב מע האָט אַ ספּעציעלע דערלויבעניש. הגם פֿײַער־אײַלענד איז בלויז 60 מײַל פֿון מאַנהעטן, איז עס ממש אַן אַנדער וועלט.

די רויִקע שטילע אַטמאָספֿער פֿונעם ראַיאָן איז אָבער גוט צוגעפּאַסט פֿאַר דער שיל, וווּ שעכטער האָט מיר דרײַ יאָר צוריק אײַנגעפֿירט די חידושדיקע קאָלעקטיווע זינגערײַ מיט פּויקן פֿרײַטיק צו־נאַכטס, ווען זי איז געוואָרן די חזנטע. די קליינע פֿרײַנדלעכע קהילה פֿון בערך 150 משפּחות האָט וואַרעם אָנגענומען אירע חידושים. פֿריִער, האָבן זיי קיינמאָל נישט געהערט, אַז עמעצער זאָל שפּילן אויף אַ פּויק אין שיל; דער געדאַנק איז זיי אָבער שטאַרק געפֿעלן געוואָרן.

דער איצטיקער שיינער הילצערנער שיל־בנין אין פֿײַער־אײַלענד איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1972. דעמאָלט זענען צווישן די מתפּללים געווען סײַ אָרטאָדאָקסישע, סײַ וועלטעלכע ייִדן. קיין מחיצה איז דער שיל נישט געשטאַנען, אָבער בלויז מענער האָבן אָנגעפֿירט מיטן דאַוונען. אינעם יאָר 1990, ווען ס׳איז געוואָרן שווער צו געפֿינען אַ מנין, האָט די שיל באַשלאָסן, נאָך אַ ריי דעבאַטעס, זיי מצרף צו זײַן. זינט דעמאָלט, האָט די סינאַגאָגע צוגעצויגן אַ סך מער מתפּללים. דרײַ עלטערע אָרטאָדאָקסישע מענער האָבן אָבער פֿאַרלאָזט די שיל און געעפֿנט אויפֿן אינדזל אַן אייגענעם מנין.

שאול מגיד, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס און קבלה אינעם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט, דינט ווי אַ רבֿ אין דער שיל אויף פֿײַער־אײַלענד שוין 18 יאָר. מיט צוויי יאָר צוריק, זענען מגיד און שעכטער געוואָרן אַ פּאָרפֿאָלק. צוליב דעם אוניקאַלן פּאָרפֿאָלק, לייגט די קהילה פֿאָר אַן אוניקאַלע קאָמבינאַציע פֿון טיפֿע שיעורים מיט אַן אַקאַדעמישן טעם און לעבעדיקע מוזיקאַלישע תּפֿילות.

מגיד איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ וועלטלעכער ייִד אין דער קאָנטער־קולטור פֿון די 1970 יאָרן. דערנאָך, במשך פֿון 10 יאָר, האָט ער געוווינט אין ישׂראל ווי אַ חרדישער בעל־תּשובֿה. שפּעטער האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, זיך פֿאַרנומען מיט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען און זיך דערנעענטערט צו דער ייִדישער התחדשות־באַוועגונג („דזשויִש רעניואַל‟).