3 ישׂראלים פֿאַרוווּנדיקט אין אַטאַק אויפֿן מערבֿ־ברעג

3 Israelis Injured in West Bank Attack

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published August 06, 2015, issue of September 04, 2015.

ירושלים. — דרײַ ישׂראלים זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, צוויי פֿון זיי — מיט ערנסטע וווּנדן, אין אַ פֿאַרדעכטיקטן טעראָריסטישן אַטאַק אויפֿן מערבֿ־ברעג, ווען אַן אויטאָ איז בכּיוון אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ גרופּע פֿאַרבײַגייער.

דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק נאָך מיטאָג לעבן דעם ייִדישן ייִשובֿ שילה, צפֿון פֿון ראַמאַלאַ.

די צוויי שווער פֿאַרוווּנדיקטע האָבן געליטן קלעפּ אין קאָפּ און אינעם ברוסטקאַסטן, און זענען אונטער רעספּיראַטאָרן, האָבן איבערגעגעבן די נײַעס־באַריכטן. אַ גרופּע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן האָט געשאָסן אינעם שאָפֿער פֿונעם אויטאָ, און ווי אַ רעזולטאַט האָט זיך דער אויטאָ איבערגעקערט, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון צה״ל געמאָלדן אין אַן אָפֿיציעלער דערקלערונג. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט געלויבט די סאָלדאַטן פֿאַר זייער גיכער רעאַקציע און האָט געוווּנטשן די פֿאַרוווּנדיקטע אַ רפֿואה שלימה.

„ס׳איז טאַקע מאָדנע, וואָס די מענטשן וועלכע פֿאַרדאַמען תּיכּף יעדן אַקט פֿון טעראָריזם קעגן פּאַלעסטינער, שווײַגן ווען דער טעראָריזם איז געצילט אויף ייִדן,‟ האָט נתניהו באַמערקט.

פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק האָבן פֿאַרדעכטיקטע ייִדישע עקסטרעמיסטן אָנגעצונדן דאָס הויז פֿון אַ פּאַלעסטינער משפּחה, און דערבײַ דערהרגעט אַ קינד פֿון 18 חדשים און שווער פֿאַרוווּנדיקט זײַנע טאַטע־מאַמע און אַן עלטערן ברודער.