ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 10, 2015, issue of September 04, 2015.

אױסטראַלישע לשנה־טובֿה־קאַרטל פֿאַרמעסט

די אױסטראַלישע ייִדישע װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ האָט געמאָלדן איר יערלעכן לשנה־טובֿה־קאַרטל פֿאַרמעסט פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון 5—12 יאָר. די צײַטונג װעט אַרױסשיקן דעם געװינערס קאַרטל צו אָנגעזעענע ייִדן איבער גאָר דער װעלט, און צו די אױסטראַלישע מלוכה־לײַט, װי איר אָפֿיציעלע לשנה־טובֿה־קאַרטל פֿאַרן יאָר 5776.

„קשת‟ װערט אַ מיטגליד פֿון דער מעלבורנער קהילה

די גרופּע „קשת‟, װאָס באַשטײט פֿון ייִדישע האָמאָסעקסואַליסטן, לעזביאַנקעס, בי-סעקסואַליסטן און טראַנס־סעקסואַליסטן, איז אָפֿיציעל אָנגענומען געװאָרן װי אַ מיטגליד פֿונעם ייִדישן קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע, נאָך דעם װי די מיטגליד־אָרגאַניזאַציעס האָבן אײנשטימיק אָפּגעשטימט מע זאָל זי אָננעמען, װי דער נײַסטער מיטגליד פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער דאַך־אָרגאַניזאַציע, אױף אַ ספּעציעלן פּלענום.

דאָס איז געשען 16 יאָר נאָך דעם װי אַ טײל אָרטאָדאָקסישע שילן האָבן געסטראַשעט צו פֿאַרלאָזן די קהילה, אױב די מעלבורנער גרופּע „אַלף‟, װאָס באַשטײט פֿון אַן ענלעכער מיטגלידערשאַפֿט, װעט אַרײַנגענומען װערן װי אַ מיטגליד פֿון דער קהילה, װעמענס אָנפֿירערשאַפֿט האָט געפֿאָדערט, אַז כאָטש 2/3 פֿון די מיטגליד־אָרגאַניזאַציעס זאָלן אײַנשטימען, אַז „אַלף‟ זאָל װערן אַ מיטגליד.

פֿרײַנד דערמאָנען דעם מאָרד פֿון אַ ייִדישן ריכטער אין סידנעי

פֿרײַנד פֿונעם משפּחה־געריכט ריכטער דײװיד אָפּאַס פֿרײען זיך, װאָס אַ פֿאַרדעכטיקטער איז סוף־כּל־סוף אַרעסטירט געװאָרן — 35 יאָר נאָך דעם װי אָפּאַס און אַנדערע ריכטער פֿונעם משפּחה־געריכט, זײערע משפּחות און אַן אַדװאָקאַט — האָבן געליטן פֿון אָנפֿאַלן צװישן די יאָרן 1985-1980.

דער אַרעסטירטער װערט באַשולדיקט אין דערשיסן אָפּאַסן דעם 23סטן יוני 1980, נאָך דעם װי ער האָט געעפֿנט די טיר פֿון זײַן הױז אין דער סידנעיער פֿאָרשטאָט װוּלאַהראַ. די פּאָליצײ זאָגט, אַז זי האָט אַ נײַע אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם ענין און מײנט, אַז דאָס װעט דערפֿירן צום מישפּט פֿונעם 69־יאָריקן באַשולדיקטן.

ספּעציעלע ראַדיאָ־דינסט אַנטשולדיקט זיך

די אױסטראַלישע ספּעציעלע ראַדיאָ-דינסט (עס־בי־עס) האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן אַרױסלאָזן מדינת־ישׂראל פֿון אַ סאַטילאַטיזירטער מאַפּע פֿונעם מיטעלן־מיזרח, װאָס זי האָט געװיזן װי אַ טײל פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. די מאַפּע האָט יאָ געװיזן אַלע אַראַבישע לענדער און װײַזט עזה װי אַ באַזונדערן שטח. די דינסט זאָגט צו צו פֿאַרריכטן די מאַפּע פֿאַר די צוקונפֿטיקע װײַזונגען פֿונעם פֿילם און אױף איר װעבזײַט.

ייִדישער מלוכה־מאַן װערט אַ מיניסטער אין װיקטאָריע

דער 39-יאָריקער ייִדישער לײבאָר מלוכה־מאַן, פֿיליפּ דאַלידאַקיס, איז אױסגעקליבן געװאָרן פֿון דער שטאַטישער רעגירונג פֿון װיקטאָריע װי איר נײַער מיניסטער פֿאַר קלײנע געשעפֿטן, אינאָװאַציע און האַנדל נאָך דעם, װי די לײבאָר־פּאַרטײ האָט געצװוּנגען דעם אַלטן מיניסטער צו רעזיגנירן פֿון זײַן אַמט, װײַל ער האָט זיך נישט אױפֿגעפֿירט העפֿלעך צו די מיטאַרבעטער בײַ אים אין ביוראָ. דאַלידאַקיס זאָגט, אַז ער װעט העלפֿן צו שאַפֿן נײַע שטעלעס פֿאַר אַרבעטער אין װיקטאָריע און צו דערמוטיקן, אַז די שטאַטישע עקאָנאָמיע זאָל האַלטן אין אײן װאַקסן.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.