20 יאָר „טעם־טעם‟

The Tam Tam Celebrates 20 Years

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

די הילע פֿונעם נײַעם נומער „טעם־טעם‟
די הילע פֿונעם נײַעם נומער „טעם־טעם‟

ס׳איז זעלטן ווען, אַז אַן אויסגאַבע אויף ייִדיש זאָל הײַנט פֿײַערן אַ יובֿל. פֿון פּאַריז איז אָבער געקומען די פֿריילעכע ידיעה, אַז דער „ייִדישער טעם־טעם‟, אַ פּובליקאַציע פֿאַר ייִדיש־סטודענטן, וואָס דערשײַנט 5 מאָל אַ יאָר, פֿײַערט איצט זײַן 20סטן יובֿל מיט אַ ספּעציעלן 100סטן נומער. דער נײַער נומער, אויף די טעמעס „י. ל. פּרץ‟ און „סעקס‟, קומט אַרויס אין אַ פֿאַרגרעסערטן פֿיל־פֿאַרביקן פֿאָרמאַט.

אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟ פֿון פּאַריז, האָט נאַטאַליע קריניצקאַ, אַ מיטאַרבעטערין בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, וואָס גיט אַרויס דעם „טעם־טעם‟ דערקלערט די צילן פֿון דער פּובליקאַציע. „(מיר) גיבן ייִדיש־לערנערס פֿון דער גאַנצער וועלט אינטערעסאַנטע, הײַנטצײַטיקע לייען־מאַטעריאַלן, צוגעפּאַסטע פֿאַר פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿון אָנהייבערס ביז אַוואַנסירטע. אַזוי ווי דער גאַנצער ׳פּאַריזער ייִדיש־צענטער׳, זענען מיר וועלטלעך און אומפּאָליטיש. אינעם ׳טעם־טעם׳ קען מען געפֿינען אַרטיקלען, ליטעראַרישע טעקסטן פֿון אַ מאָל און הײַנט, גלאָסאַרן און שפּילן — דאָס אַלץ מיט דערקלערונגען פֿון שווערע ווערטער אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש‟.

קריניצקאַ האָט דערקלערט, אַז דער „טעם־טעם‟ איז לכתּחילה געווען אַ קליינע פּובליקאַציע פֿון פֿיר זײַטן, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אין אַ גרעסערער אויסגאַבע, מיט הונדערטער לייענער אין פֿראַנקרײַך, אייראָפּע און איבער דער גאָרער וועלט. „מיט די יאָרן איז דער ’טעם־טעם‘ געוואָרן אַלץ מער אינטערנאַציאָנאַל,‟ האָט קריניצקאַ דערקלערט. „צו די פֿראַנצייזישע פֿוסנאָטעס האָבן מיר צוגעגעבן ענגלישע‟.

פֿאַר וואָס האָט מען דווקא אויסגעקליבן די צוויי טעמעס? קריניצקאַ האָט דערקלערט, אַז „׳פּרץ׳ איז געקומען גאַנץ נאַטירלעך צוליב דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון דעם ׳טאַטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור׳. די טעמע ׳סעקס׳ האָט זיך באַוויזן גאַנץ אומדערוואַרט: איין טאָג האָבן צוויי יונגע מיטאַרבעטערינס פֿונעם ׳טעם־טעם׳ געשטעלט די פֿראַגע: ׳פֿאַר וואָס שרײַבט מען קיין מאָל ניט וועגן סעקס?׳ נו, טאַקע, פֿאַר וואָס ניט‟?