20 יאָר „טעם־טעם‟

The Tam Tam Celebrates 20 Years

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

די הילע פֿונעם נײַעם נומער „טעם־טעם‟
די הילע פֿונעם נײַעם נומער „טעם־טעם‟

ס׳איז זעלטן ווען, אַז אַן אויסגאַבע אויף ייִדיש זאָל הײַנט פֿײַערן אַ יובֿל. פֿון פּאַריז איז אָבער געקומען די פֿריילעכע ידיעה, אַז דער „ייִדישער טעם־טעם‟, אַ פּובליקאַציע פֿאַר ייִדיש־סטודענטן, וואָס דערשײַנט 5 מאָל אַ יאָר, פֿײַערט איצט זײַן 20סטן יובֿל מיט אַ ספּעציעלן 100סטן נומער. דער נײַער נומער, אויף די טעמעס „י. ל. פּרץ‟ און „סעקס‟, קומט אַרויס אין אַ פֿאַרגרעסערטן פֿיל־פֿאַרביקן פֿאָרמאַט.

אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟ פֿון פּאַריז, האָט נאַטאַליע קריניצקאַ, אַ מיטאַרבעטערין בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, וואָס גיט אַרויס דעם „טעם־טעם‟ דערקלערט די צילן פֿון דער פּובליקאַציע. „(מיר) גיבן ייִדיש־לערנערס פֿון דער גאַנצער וועלט אינטערעסאַנטע, הײַנטצײַטיקע לייען־מאַטעריאַלן, צוגעפּאַסטע פֿאַר פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿון אָנהייבערס ביז אַוואַנסירטע. אַזוי ווי דער גאַנצער ׳פּאַריזער ייִדיש־צענטער׳, זענען מיר וועלטלעך און אומפּאָליטיש. אינעם ׳טעם־טעם׳ קען מען געפֿינען אַרטיקלען, ליטעראַרישע טעקסטן פֿון אַ מאָל און הײַנט, גלאָסאַרן און שפּילן — דאָס אַלץ מיט דערקלערונגען פֿון שווערע ווערטער אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש‟.

קריניצקאַ האָט דערקלערט, אַז דער „טעם־טעם‟ איז לכתּחילה געווען אַ קליינע פּובליקאַציע פֿון פֿיר זײַטן, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אין אַ גרעסערער אויסגאַבע, מיט הונדערטער לייענער אין פֿראַנקרײַך, אייראָפּע און איבער דער גאָרער וועלט. „מיט די יאָרן איז דער ’טעם־טעם‘ געוואָרן אַלץ מער אינטערנאַציאָנאַל,‟ האָט קריניצקאַ דערקלערט. „צו די פֿראַנצייזישע פֿוסנאָטעס האָבן מיר צוגעגעבן ענגלישע‟.

פֿאַר וואָס האָט מען דווקא אויסגעקליבן די צוויי טעמעס? קריניצקאַ האָט דערקלערט, אַז „׳פּרץ׳ איז געקומען גאַנץ נאַטירלעך צוליב דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון דעם ׳טאַטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור׳. די טעמע ׳סעקס׳ האָט זיך באַוויזן גאַנץ אומדערוואַרט: איין טאָג האָבן צוויי יונגע מיטאַרבעטערינס פֿונעם ׳טעם־טעם׳ געשטעלט די פֿראַגע: ׳פֿאַר וואָס שרײַבט מען קיין מאָל ניט וועגן סעקס?׳ נו, טאַקע, פֿאַר וואָס ניט‟?

קריניצקאַ האָט ווײַטער דערקלערט, אַז כאָטש אַ סך מענטשן האַלטן, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט ניט קיין געהעריקע סעקסועלע טערמינען, זענען יאָ פֿאַראַן אַזעלכע ווערטער. „ווי אַן ערנסטער דידאַקטישער זשורנאַל האָבן מיר געוואָלט ווײַזן, אַז אין ייִדיש איז שוין לאַנג דאָ אי אַ געהעריקער וואָקאַבולאַר צו רעדן וועגן אַלץ, אי ניט ווינציק לייען־מאַטעריאַל, ווי שפּריכווערטער און גראָבע וויצן, וווּ מע שפּילט זיך אַפֿילו מיט טײַטשן פֿון הייליקע פּסוקים‟.

נאַטאַליע קריניצקאַ
נאַטאַליע קריניצקאַ

אינעם נומער געפֿינט מען צוויי אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן קלאַסיקער, ווי אויך אויסצוגן פֿון זײַנע זכרונות און פֿון זײַן באַקאַנט ליד „מאָניש‟. אויף אַ קלוגן אופֿן נוצט אויס די רעדאַקציע דאָס ליד „מאָניש‟, אין וועלכן פּרץ באַקלאָגט זיך, אַז ס׳זענען ניטאָ קיין פּאַסיקע ווערטער מיט וואָס צו באַשרײַבן ליבע אויף ייִדיש, אַריבערצוגיין אויף דער צווייטער טעמע פֿונעם נומער: סעקס. אין אַ קורצן אַרטיקל וועגן סעקס און ייִדיש דערקלערט שרון בר־כּוכבֿא, אַז נאָך זײַן באַקאַנטן בוך „ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן‟ האָט דער וואַרשעווער נגיד און ענטנאָלאָג איגנאַץ בערנשטיין אויך אַרויסגעלאָזט אַ קליינעם בראָשור פֿון „ניט שיינע‟ שפּריכווערטער און אידיאָמען. געוויסע, אַזוי ווי „אַז דאָס ווײַב גייט אין מיקווה אַרײַן, קוקט דער מאַן פֿונעם פֿענצטער אַרויס‟, זענען אין דער אמתן מער חנעוודיק ווי גרעבלעך. די אַנדערע בײַשפּילן אינעם נומער זענען דווקא יאָ אַ סך גרעבלעכער.

די פֿאַרבינדונג צווישן ליבע, סעקס און פּרץ ווערט ווײַטער באַרירט אין אַ ליד פֿונעם „נײַעם לץ פֿון דער רעדאַקציע‟ (אַ ווידערקלאַנג פֿון פּרצס אַ פּסעוודאָנים: „לץ פֿון דער רעדאַקציע) „מ׳אָ ניש? (מ׳אָ דאָך יאָ!)‟, וואָס מאַכט פֿאַרשידענע עראָטישע און גרעבעלעכע וויצן און ווערטערשפּילן אין אַ געלונגענער פּאַראָדיע פֿון „מאָניש‟. די פּראָסטע פּאַראָדיע, מיט רעפֿערנצן צו סאַדאָ־מאַסאָכיזם, איז זיכער אוניקאַל אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור (מ׳שטיינס געזאָגט).

מער פֿאָלקיש זענען די סעקסועלע וויצן, גענומען פֿון אַלטע מקורים, וואָס דינען ווי דער לעצטער אַרטיקל אינעם נומער. צווישן זיי געפֿינט מען דעם עכט־אַבסורדישן, אָבער פֿאָרט גאָר ייִדישן וויץ, וואָס דערקלערט, פֿאַר וואָס אַ ייִד טאָר ניט קוקן, בעת אַנדערע האָבן סעקס: „טאָמער אַ ייִד וועט זען ווי אַן אַנדער ייִד נעמט זיך צום ווײַב, וועט ער אים באַלד זאָגן: ׳איך קען בעסער, לאָזט מיך, וועל איך אײַך ווײַזן׳‟.