דאָס לעבן אין ישׂראל — לאַוו־דווקא געזונט פֿאַר די עטיאָפּישע עולים

Moving to Israel May Be Making Ethiopian Jews Sick

Oren Ziv

פֿון עליע דאָלגין (Forward)

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

יוסף יאַבאַרקאַן איז געווען אַ זעקס־יאָריק ייִנגל אין 1999, ווען ער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון עטיאָפּיע, צוזאַמען מיט זײַנע טאַטע־מאַמע און נײַן שוועסטער. אַזוי ווי צענדליקער טויזנטער אַנדערע עטיאָפּישע ייִדן, האָבן זיך געלאָזט אין אַ לאַנגן 1,600־מײַליקן וועג, כּדי זיך צו דערקלײַבן ביז ישׂראל. די משפּחה האָט איבערגעלאָזט זייער קליינע הײַזקע אינעם טיגרײַ־ראַיאָן מיט אַ פֿאַרם, און זיך באַזעצט אין אַ ירושלימער דירה, אויפֿן דריטן שטאָק.

יאַבאַרקאַן דערמאָנט זײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן אין ישׂראל. אינעם לעצטן יאָר פֿון מיטל־שול, האָט ער זיך אָבער פּלוצעם דערפֿילט געפֿערלעך נישט געזונט. צוערשט, האָבן די דאָקטוירים געטראַכט, אַז ער לײַדט פֿונעם אַפּענדיציט. ווי מע האָט אָבער באַשטעטיקט, איז עס געווען די קראָן־קרענק — די מחלה, וואָס טרעפֿט זיך באַזונדערס אָפֿט צווישן די אַשכּנזישע ייִדן און איז גורם סכּנותדיקע צרות אין די קישקעס.

אין עטיאָפּיע איז אַזאַ קרענק אינגאַנצן נישט באַקאַנט. צווישן די עטיאָפּישע עולים, איז עס אָבער געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם. די דאָקטוירים ווייסן דערווײַל נישט, ווי אַזוי אַזאַ טיפּיש אַשכּנזישע מחלה האָט זיך באַוויזן בײַ די אימיגראַנטן פֿון עטיאָפּיע. יאַבאַרקאַן, הײַנט אַ 22־יאָריקער יונגערמאַן, האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז צוליב דער קראָן־קרענק האָט ער פֿאַרלוירן 30 פֿונט און קאָן נישט דינען אין דער אַרמיי.

ד״ר אַריאלה שטרית, אַ גאַסטראָענטעראָלאָגין פֿונעם מעדיצינישן צענטער „שערי־צדק‟ אין ירושלים, צוזאַמען מיט אירע קאָלעגן פֿון זיבן פֿירנדיקע ישׂראלדיקע שפּיטעלער, האָבן דורכגעפֿירט די ערשטע שטודיעס פֿון דער קראָן־קרענק בײַ די עטיאָפּישע ייִדן. במשך פֿון 27 חדשים, פֿון 2011 ביז 2013, האָבן זיי געפֿונען 32 עולים פֿון עטיאָפּיע, אַרײַנגערעכנט יאַבאַרקאַן, וואָס לײַדן דערפֿון.

דער רעזולטאַט האָט פֿאַרחידושט די פֿאָרשער. בײַ די אַשכּנזים, ווערט די קראָן־קרענק איבערגעגעבן בירושה. אין כּמעט יעדן צווייטן פֿאַל, האָבן די קראַנקע אַ קרובֿ, וואָס מוטשעט זיך מיט דער זעלבער פּראָבלעם. להיפּוך, האָט מען צווישן די עטיאָפּישע עולים נישט געפֿונען קיין פֿאַל פֿון אַזאַ מחלה אין זייערע משפּחות. בײַ אַלע פּאַציענטן האָט די קרענק זיך אַנטיוויקלט נאָכן אָנקומען קיין ישׂראל און אָפּלעבן דאָרטן לכל־הפּחות אַכט יאָר.

די דאָזיקע קראַנקייט איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט געטעניק. עס זעט אָבער אויס, אַז אינעם פֿאַל פֿון די עטיאָפּישע אימיגראַנטן האָט זי צו טאָן מיטן נײַעם לעבנס־שטייגער, צו וועלכן זיי האָבן זיך צוגעוווינט אין ישׂראל. די פֿאָרשער שטרעבן איצט צו פֿאַרשטיין, וואָס פֿאַר אַ פֿאַקטאָרן זענען גורם די מחלה. אַ צאָל ישׂראלדיקע דאָקטוירים האָבן אויך באַמערקט, אַז אין דער עטיאָפּישער עדה פֿאַרשפּרייטן זיך דיאַבעט און צעליאַקציע. אַזוי ווי די קראָן־קרענק, האָבן די דאָזיקע קראַנקייטן אַ שײַכות צו דער „צעווילדעוועטער‟ אויפֿפֿירונג פֿון דער אימוניטעט־סיסטעם.

עס קאָן זײַן, ווי עס מיינען אַ סך מומחים, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון אַזעלכע פּראַָבלעמען צווישן די עולים איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס אין ישׂראל זענען פֿאַראַן ווייניק ווערעם און פּאַראַזיטישע באַקטעריעס, אין פֿאַרגלײַך מיט עטיאָפּיע. די אמוניטעט־סיסטעם פֿון דער גרופּע, וועלכע האָט פֿריִער געוווינט אין אַ לאַנד, וווּ זייער אָרגאַניזם האָט געמוזט באַקעמפֿן די אינפֿעקציעס, הייבט אָן אַטאַקירן דעם אייגענעם גוף, אויב די אַרומיקע סבֿיבֿ איז צו ריין. בײַ די ספֿרדישע עולים פֿון צפֿון־אַפֿריקע און מיטל־מיזרח האָט די קראָן־קרענק זיך באַוויזן, מעגלעך, צוליב דער זעלבער סיבה. ס׳איז אויך מעגלעך, אַז די ישׂראלדיקע דיעטע, דער באַנוץ פֿון אַנטיביאָטיקן און די וואַקצינען האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מחלה.

יאַבאַרקאַן האָפֿט, אַז די דאָקטוירים וועלן באַשטעטיקן די סיבות פֿון זײַן קרענק. ער האָט באַמערקט, אַז אין ישׂראל האָט ער זיך צוגעוווינט צום מערבֿדיקן „מיסט־שפּײַז‟ פֿון אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער קוואַליטעט. זײַענדיק אַ פֿרומער ייִד, האָט ער צוגעגעבן, אַז „כּל בידי השם‟, אַלץ איז אין די הענט פֿונעם אייבערשטן; דערפֿאַר האָט ער אָנגענומען זײַן דיאַגנאָז אָן טענות.

בסך־הכּל, וווינען אין ישׂראל בערך 116,000 עטיאָפּישע עולים; 46 ביז 65 צווישן זיי לײַדן פֿונעם קראָן־קרענק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.