אַ חסידיש מיידל לערנט זיך ווי ליב האָבן איר ברודערל

A Hasidic Girl Learns How to Love Her Little Brother

Avi Burstein

פֿון מאַדיסאָן מאַרגאָלין (Forward)

Published August 12, 2015, issue of September 04, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר איז אין דער פֿרומער וועלט אָבער שטאַרק געוואַקסן די צאָל רעסורסן פֿאַר אויטיסטישע און אַנדערע קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן, האָט דערקלערט חווה קדוש, אַ סאָציאַלע אַרבעטאָרין אין דער „ילדינו־שול‟ אין באָראָ־פּאַרק, וואָס באַדינט קינדער ביז 14 יאָר אַלט, וועלכע לײַדן פֿון פֿאַרשידענע מדרגות פֿון אויטיזם. לויט דעם צענטער פֿאַר קראַנקייט־קאָנטראָל, לײַדט איינס פֿון יעדע 68 קינדער פֿון אויטיזם, און די קראַנקייט איז פֿינף מאָל מער פֿאַרשפּרייט בײַ ייִנגלעך ווי בײַ מיידלעך.

„די חסידישע משפּחות זענען הײַנט זייער געניט בײַם אויסגעפֿינען אינפֿאָרצאַציע וועגן די הײַנטיקע טעראַפּיעס פֿאַר זייערע קינדער,‟ האָט באַמערקט שׂרה קראַנץ־צימענט, די דירעקטאָרין פֿונעם Ruderman Chabad Inclusion Initiative, וואָס באַמיט זיך צו אינטעגרירן די קינדער און דערוואַקסענע מיט אויטיזם אין דער ייִדישער קהילה. „זיי זענען זייער גוט־אינפֿאָרמירט.‟

בראַונס טאַטע־מאַמע און די אַנדערע עלטערע קרובֿים האָבן תּמיד באַטראַכט איר ברודער ווי אַן „אייגנאַרטיקע נשמה‟. „לויט דער ייִדישער אמונה, מאַכט גאָט נישט קיין טעותן, אַלץ געשעט צוליב אַ געוויסער סיבה,‟ האָט פֿרוי קראַנץ־תימעט דערקלערט. „און אַז מע גלייבט, אַז יעדער איינער איז באַשאַפֿן געוואָרן בצלם אלוקים, הייסט עס, אַז יעדער איינער האָט אַ באַזונדער שליחות אין לעבן, יעדער קען מיט עפּעס צוגעבן. די חסידישע קהילה איז טאַקע זייער געניט בײַם אָנערקענען דעם פּאָטענציאַל פֿון יעדן מענטשן.‟

דורי קירשנער, די דירעקטאָרין פֿון „מתן‟ (Matan), אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט ייִדישע תּלמידים מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן צו קריגן אַ געהעריקן חינוך, האַלט אָבער, אַז מע קאָן נאָך אַ סך פֿאַרבעסערן. „אין דער ייִדישער קהילה — נישט בלויז בײַ די פֿרומע, אָבער בײַ אַלע ייִדן — דאַרף מען אויפֿהערן צו טראַכטן, אַז ס׳איז ׳אונדז קעגן זיי׳. איך הער נאָך אַלץ ווי מענטשן זאָגן ׳יענע משפּחה מיטן קינד, וואָס האָט ספּעציעלע באַדערפֿענישן׳ אָדער ׳דאָס קינד גייט אין אַ ספּעציעלער שול׳.‟

הײַנט, זײַענדיק אַליין אַ מאַמע, קען דזשודי אַ סך בעסער אָפּשאַצן די געוואַלדיקע ליבשאַפֿט און געדולד, וואָס אירע טאַטע־מאַמע האָבן אַרויסגעוויזן צו איר ברודערל. ס׳האָט געדויערט אַ סך יאָרן ביז זי, דזשודי, האָט מער קיין פֿאַראיבל נישט געהאַט אויף אים, און הײַנט פֿילט זי זיך אַ סך וואַרעמער צו אים. „איינע פֿון די זאַכן וואָס איך האָב זיך מיט דער צײַט אויסגעלערנט איז ווי טאַקע ליב צו האָבן אַ קינד, וואָס איך האָב אין גאַנצן נישט פֿאַרשטאַנען,‟ האָט זי געזאָגט.